Virus creates shortcuts

די קענסט זיך צומאל טרעפן מיט א Virus אויף דיין הארד-דרייוו וואס מאכט אלע פאלדער'ס hidden סאוי די זעסט עס נישט און די וויירוס מאכט שארקאט'ס אנשטאט די פאלדער.


די Virus איז גאנץ אלט און נישט זייער שרעקעדיג אבער די פראבלעם איז אז ס'איז א WORME סארט וויירוס. ד.ה. אז ער קען אליינס זיך פארשפרייטן צו אנדערע דרייווס אן דעם וואס די זאלסט אים ראנען און קען זיך ווייטער פארשפרייטן.


אויב האסטו א אנטי-וויירוס פראגרעם וועט ער אים נישט לאזן זיך אריבער כאפן ממילא וועגען דעם וועסטו רוב מאל עס טרעפן ביי USB וואס זענען געווארן איינגעשטעקט אין א סיסטעם וואס האט נישט קיין גוטע אדער בכלל קיין אנטי וויירוס פראגרעם און וועט ער זיך אזוי אריבער כאפן, און אזוי אויך אויב האט ער די Virus וועט ער אנשטעקן דארט ווי ער ווערט אריין געלייגט.


וואס די Virus טוט ער מאכט די פיילס hiddn ממילא זעסטו אים נישט, און פאר read only סאוי די קענסט נישט טוישן די פייל, און פאר א סיטעם פייל.


(די וועג וואזוי ער כאפט זיך ארויף איז וויבאלד גלייך ווען די שטעקסט איין א USB אין א סיסטעם וועט עס גלייך ראנען צוליב די פיטשער וואס די OS האט, אז ווען די פלאגסט איין א סטרידזש דיווייס זאל עס גלייך ארבטען, א שטייגער אויב למשל די לייגסט אריין א USB וואס האט א אינסטעלעשען זאל עס גלייך ארויף קומען. די פישטער ארבעט מיט די autorun.inf פייל וואס ליגט אין די דרייוו און ווען ער זעט די פייל וועט עס גלייך לאודען.


יעצט ווען די autorun.inf לאוד וועט זיך מיט כאפן די וויירוס סאוי די רגע די פלאגסט איין די USB אינסטאלד זיך די Virus .


די קענסט אויסלעשען די AutoRun אפציע אויב פארדעכסטו עפעס פארן איינשטעקען.


די קענסט אויך דיליטען די autorun.inf פייל אויך פון א USB אזוי וועט עס נשיט קענען ראנען.)



יעצט כדאי צו פטור ווערן פונעם וויירוס וועסטו עס מוזן קלינען און ארויס ווארפן סיי פון די USB און אויב האסטו עס אויף דיין OS וועסטו מוזן זויבערן דיין קאמפיוטער, אבער די קענסט צוריק זעהן זייער שנעל דיינע פיילס מיט טוישן די פייל צו ווערן אויס הידן און קענען זיין רייטעביל און ווערן אויס סיטעם פייל מיט א קאמענד .


די קענסט מאכן זעבאר דיינע פיילס מיטן אנצינדן די אפציע צו זעהן הידן פיילס צו זעהן אויב טאקע האסטו נאך דיינע פיילס און די דארפסט עס נישט ריקאווערן מיט אנדערע סאפטווער.


יעצט די עכטע מהלך אזי צו נוצען א Antivirus Software א גיטע איז מאלווערבייטס, און אזוי עס רימאווען, אבער די קענסט מאכן דיינע פיילס צורק דיינס אויך דורך די קאמענד פראמט מיט די קאמענד.

attrib -s -r -h /s /d *.*



עפען די קאמענד Run as administrator פראמט מיטן טייפן CMD


יעצט קוק אין פייל עקספלארער וועלעכע דרייוו-לעטטער די USB האט און גיי צו די קאמענד און טייפ אריין די דרייוו לעטער פון די דיווייס מיט א סעמי-קאלון :


און פעיסט אריין דאס

attrib -s -r -h /s /d *.*



די קענסט אדער קאפיען דאס און לייגען דיין דרייוו לעטער אנשטאץ די F

attrib -h -r -s /s /d F:\*.*.

די וועסט זעהן יעצט די פיילס מיט די שארקאטס

די קענסט דיליטען די שארקראטס און פערטיג.



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020