SIM and eSIM וואס איז די חילק

די קענסט זעהן אסאך מאל צוויי סארט דיווייסעס וואס האבן Cellular Connections מיט SIM קארדס , די ר"ת דערפון איז Subscriber Identity Module קארדס.

דאס איז די קליינע שטיקל פלעסטיג וואס די באקומסט פון די פראוויידער צו מאכן א סעליולער קאנעקשען, זאל עס זיין א פאון אדער טעבעלט אדער לעפטאפ, און די קענסט עס לייגען אין סיי וועלעכע פאון, די קענסט עס ארויס נעמען פון איין פאון און לייגען אין א אנדערע און יענע וועט ארבטען אויב די פאון איז אנ-בלאקט.


למשל אויב די הסאט א פלען מיט א US פראוויידער לייגסטו אריין די קארד, און ווען די פארסט אויף א צווייטע לאנד וועסטו קענען אריין לייגען א אנדערע SIM פון יענע לאנד .(שטייצך די גייסט האבן אנדערע טעלפאון נאמבער'ס)


די SIM האט אפאר size און געווענדליך וועט עס זיין אין אזא פלעסטיג און די נעמסט ארויס דיין סייז.


א eSIM (embedded SIM)איז נישט א עקסטערע שטיקל נאר איז אינבעדעד אין די דיווייס די eSIM איז די נייע טעקנעלדזשי און וואקסט כסדר און וועט איבערנעמען די אלטע SIM די eSIM איז אויף די מאדער בארד פון די דיווייס למשל די APPLE זייגער אדער נייע פאונס און טעבלעטס און אפי' קאר'ס.


ווען די ווילסט קלויבן א פראוויידער אדער טוישן ווערט עס געמאכט ווירטשעלי

קענסט האבן אפאר פראפיילס אין איין eSIM דאס הייסט אין איין לאנד נוצטו איין קעריער און א צווייטע קעריער

מייקרסאפט פלאנט אין זייער SURFACE וואס נוצט eSIM צו קענען קויפן DATA אזוי אנ-די פליי מיט Microsoft Store

די איינציגסטע חסרון איז אויב די ווילסט אריין לייגען א SIM נאר פאר א שטיק צייט צו טרייען אדער זייער שנעל טוישן וועט די אלטע SIM זיין גרינעגער.


Dule sim card .

די קענסט אויך האבן צוויי SIM קארדס אויף איין פאון אויב די דיווייס געט דיר די מעגליכקייט.

די מעלה איז אז די קענסט קענסט האבן צוויי נאמבערס\קריער'ס אויף די זעלבע פאון.

די קענסט סיי ביי eSIM און סיי SIM.

און לויט די פאון וועסטו האבן די אפציעס וואזוי צו ארבטען מיט ביידע SIMS



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020