Remote desktop רימאט דעסקטאפ, אויפסעטן

עודכן ב: 4 אוק 2019

רימאט-דעסקטאפ איז געמאכט צו אריין לאגען רימאטלי פון איין קאמפיטער צו א אנדערע.

למשל איינער האט א גרויסע בילדינג מיט קאמפיטערס (אדער סערווערס) און ער וויל טהון עפעס אין א צווייטע פיסי, אנשטאץ אהין גיין קען ער פון זיין קאמפיטער אריין לאגן אין יענע מאשין, (די סקרין פון יענע מאשין וועט ווייזן שווארץ) און וועט זיין אויף זיין סקרין.


די רימאט דעסקטאפ איז זייער שנעל און גוט, און האט מעלות און חסרונת.


רימאט דעסקטאפ איז נישט די איינציגסטע רימאט סאפטווער אוועליבל אין די מארקעט, ס'איז דא נאך אסאך און יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות.


רימאט דעסקטאפ איז פון מייקראספט און איז אוועליביל און אלע מייקראסאפט מאשינעס, ד.ה. די קענסט אריין לאגן 'פון' עני מאשין און ארבטען רימאטלי... אבער די קענסט נישט 'צו' יעדע מאשין...! צו די האום עדישענס קען מען נישט אריין לאגן. נאר זיי קענען צו אנדערע.


עס איז נישט געמאכט צו געבען סופארט, צו געבען סופארט איז דא די קוויק אסיסט


די קענסט אריין לאגן מיט רימאט דעסטקטאפ סיי לאקעל דעס הייסט קאמפיטערס אין די לען lan. און סיי קאמפיטערס וואס זענען בכלל נישט אין דיין לאקעל נעטווארק און דורך די אינטערנעט קענסטו אריין לאגן צו יענע מאשין.


ס'איז דא צוויי וועגן צו נוצן רימאט דעסקטאפ, איינס איז די אלטע וועג דורך די רימעט יאטעלטי, און די נייע וועג איז דורך די עפפ.


די מעלה פון די עפפ איז אביסל מער פארגעשריטען און געט א שענערע אויסשטעל און מעגליכקייט און א שיינע אינטערפיעס צו אלע מאשינס, און צו עדזער AZURE. די מעלה פון די יאטעלעיטי איז אז די קענסט מאכן מער קאנפיגרעשנס און אנשטעלען ספיד וואס די נייע כעפ האט נישט.


ביפאר די ווילסט ניצען די פראגרעם אריין צו לאגן צו א מאשין מוזטו קודם אינבעלען די פיטשער וואס איז געבלאקט ביי דיפאלט .


די רימאט דעסקטאפ טול איז דא אין יעדע PC דאס הייסט די קענסט פון יעדע קאמפיטער וואס די זיצט אריין לאגן צו א צווייטע, אבער נישט צו יעדע קאמפיטער. דאס הייסט די קענסט נאר אריין לאגען צו א פרוי ווערסיע נישט האום עדישענס.


יעצט צום ענין.

קודם דארפסטו אינבעהלין רימאט-דעסקטאפ, גיי צו די קאמפיטער און טייפ אריין allow remote


קליק די באטן.


אויב די ווילסט קענסטו אויך אנצינדן די רימאט-פיטשער פון די סעטינגס.

נאכדעם וואס די האסט אנגעצינדן די פיטשער אין די קאמפיטער צו ווי די ווילסט אריין לאגן, בלייבט עס אזוי,און קענסט אלץ אריין לאגן.

פאר די ווילסט אריין לאגן צו יענע קאמפיטער וואס איז אויף די זעלבע נעטווארק, דארפסטו וויסן די נאמען פון די קאמפיטער אדער זיין אייפי IP.


צו אריין לאגן מיט די אייפי איז בעסער און ווייניגער פראבלעמען קען זיין, אבער די חסרון איז אז די אייפי טוישט זיך ממילא מיזטו סעוון די דטעטע אדער מאכן א סטעריק אייפי.


צו זעהן די נאמען פון די קאמפיטער דריק די ווינאס+ברעק קי – windos+break. אדער גיי

Control Panel\All Control Panel Items\System



אדער די אייפי IP , צו זעהן די אייפי קליק וויא נעטווארק פרפערטיס.


ביי די נעטווארק אדרפטער וואס די ניצט, זיך פאר די איי פי (ipv4)


אדער טייפ אריין ipconfig אין קאמענד פראמט ווינדאוי.


יעצט נאכן זעהן די אייפי, טייפ אריין אין די קאמפיטער רימאט דעסקטאפ, צו עפענען די יאטילעיטי .

טייפ אריין די אייפי אדער די קאמפיטער נאמען און דריק קאנעקט




נאכן קאנעקטען וועסטו באקומען א פראמפט צו לייגען די יאזער נעים און פעסווארד.


נאכן לייגן די יאזערנעים און פעסווארד, וועט עס דיר געבען א ווארניג אז די קאמפיטער האט א אייגענע סערטפיקיט (אויב נישט געלייגט די געטארסט פון פארדעם)


(קענסט דריקן דאנט עסק מי אגען פאר דיס דיווייס.)

און ביסט קאנעקטעד.


וועסט האבן פון אויבן אזא בלויע באר, וואס וועט דיר געבען די אפציע צו גיין צו וועלעכע קאמפיטער די ווילסט.


אויב די האסט געמאכט פול סקרין, ריק די מייזל ארויף אויבן וועט אראפ קומען די באר, אדער דריק Ctrl+Alt+Break

--


די קענסט סעווען די פייל צו די דעסקטאפ, און קליקן אז ס'זאל סעווען די יאזערנעים און פעסווארד, און קענסט קלין דעראויף און זיך גלייך קאנקטען.



קליק סעוו עס, און לייג עס למשל צו די דעסקטפ און פערטיג.


די קענסט אנשטעלען זייער אסאך סעטינגס , קליק די מאר אפשענס.


---

צו נוצן די נייע עפפ גיי צו די סטאר און דאנלאוד די רימאט עפפ


נאכן לאודן לאנטש די אפ און פאלוי.

קליק עדד, און סלעקט א פיסי


קענסט לייגן א קאמפיער נעים אדער איי פי.


נאכן לייגן דריק סעוו.



קענסט רינעמען שפטער דורך די דריי פינטליך.


נאכן זיך קאנעקטען צו איינס וועט געבען די סעקיערעטי פראממט


נאכן זיך קאנעקטען וועסטו האבן די קליינע באר פון אויבן.


ס'איז דא אסאך סעטינגס און פיטשערס אבער דעס אזי די בעסיק.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020