remote desktop רימאט דעסקטאפ אווער די אינטערנעט

עודכן ב: 6 אוק 2019

אויב די ווילסט נוצן רימאט דעסקטאפ נישט אין דיין לאקאעל נעטווארק LAN נאר דורך די אינטערנעט צו א צווייטע לאקעשען איז דא אפאר זאכן וואס די דארפסט קודם טוהן.


ס'איז נישט זייער רעקאמענדירט צו נוצען רימאט דעסקטאפ דורך די אינטערנעט וועגען דיין מאשין ווערט עקספאזט צו די דרויסענדיגע וועלט, וואס מאכט מעגליך א העקער צו טרייען צו קרעקען דיין פעסווארד און זיך אריין באקומען אין דיין מאשין, אבער אויב די ווילסט יא נוצען די רימאט דעסקטאפ קענסטו.


רימאט דעסקטאפ איז געמאכט עכט צו נוצען נאר אין די לען, סאוי כדאי צו נוצען סעקיאר אווער די אינטערנעט איז בעסער צו מאכן א וויפיען, ווייל וואס א וויפי ען טוט איז אז דיין קאמפיטער איז ווי א חלק פון יענע נעטווארק און גאר און קורצן א VPN מיינט א ווירטאל פרייוועט נעטווארק, וואזוי ס'ארבעט איז, אז דיין קאמפיטער קאנעקטעט זיך צו א צווייטע נעטווארק דורך מאכן א אינקריפעדעט קאנעקשען און וועט זיין א חלק אין יענע נעטווארק, ער וועט באקומען א איי פי פון די דארטיגע נעטווארק און וועט אויסקוקן ווי א חלק פון יענע נעטווארק פאר אלע זאכן. סאוי די בסערע מהלך איז אז די סעטס אויף א וויפיען און אזוי נוצן רימאט דעסקטאפ.

(אויף סעטען א VPN סערווער צו זיך וויפי ען איז א זאך פאר זיך אבער צו זיך קאנעקטען אזי זייער גרינג פאר די ענד יאזער)


די אנדערע וועג איז אז די גייסט עפענען דיין קאמפיטער דריעקטלי צו די אינטערנעט דורך פארוועדען אין די ראטער פארט 3389 פארט PORT 3389 איז די פראט וואס ווינדאויס ניצט פאר רימאט דעסקטאפ.

--


אויב די האסט 'איין' קאמפיטער 'צו ווי' די ווילסט זיך קאנעקטען פון די אינטערנעט וועסטו אנשטעלען אין ראטער ווי די 3389 טרעפיק זאל גיין ד.ה. די לאגסט אריין אין די ראטער און שטעלסט אן אז טרעפיק פון 3389 זאל גיין צו יענע קאמפיטער, די זאגסט פאר די ראטער וועלעכע קאמפיטער דורך די אייפי צו יענע קאמפיטער (די וועסט דארפן זיכער מאכן אז די קאמפיטער האט א סטעריק איי פי און אז די ראטער זאל נישט געבען א נייע דורך DHCP, אז נישיט וועט די ראטער נישט וויסן ווי צו פארוועדען די טרעפיק )


לאג אין צו די ראטער, און גיי צו פארט פארוועדינג און מאך פארט פפארדינג פון 3389 צו דיין אייפי , די RDP איז די פראטעקאל אדער אפלקעשען, מאך אויטא, אדער TCP און מאך אינעביל און ביסט מסודר.


די קלאפסט אריין דיין פאבליק אייפי אין די רימאט דעסקטאפ קאמפיטער קלייענט און די ראטער וועט פארוועדען די טרעפיק צו יענע קאמפיטער.


צו זעהן דיין פאבליק IP קענסטו דורך טייפען whats my ip אין גוגל און פערטיג.




אויב די האסט אפאר קאמפיטערס אויף די LAN צו ווי די ווילסט זיך קענען קאנעקטען מיט רימאט דעסקטאפ , אויב דיין ראטער לאזט דיר מאכן אז די זאלסט קענען לייגען פארטס נאבערס און ער וועט עס דירעקטען צו יענע פארט , ד.ה. די קומסט מיט איין פארט און וועט עס טוישן צו א צווייטע פארט, למשל די שטעלסט אן אין די ראטער אז פארט נאמבער 55102 זאל גיין צו פארט נאבער קענסטו זיך איינשפארן צו טוישן די פארט אויף די מאשין, און נאר אנשטעלען אין די ראטער, נאכדעם שטעלסטו אן וועלכע פארט פאר וועלעכע מאשין און ווען די וועסט קומען מיט יענע פארט וועט ער עס שוין שיקען צו יענע קאמפיטער.


סאוי לאמיר זאגן די האסט 2 קאמפיטערס, וועסטו מאכן אז פארט נאמבער 3388 איז קאמפיטער 1 און פארט נאמבער 3399 איז קאמפיטער 2 .

די לייסגט די עקסטערנעל פארט 3388 פאר קאמפיטער 1

און עקסטערנעל פארט 3399 פאר קאמפיטער 2.

אבער ביידע אינטערל איז 3389.


די לייגסט די עקסטערנעל פארט וועלעכע די וועסט לייגען און די באקסל זיך צו קאנעקטען און די ראטער וועט עס שוין שיקען צו די גיטע פארט און מאשין.


(די קענסט אויך טהון די זעלבע זאך אויב די ניצט נאר איין קאמפיטער, אויב די ווילסט האבן מער סעקירעטי נישט צו ניצען די דיפאלט פארט.)


נאכן אנשטעלען אין די ראטער די נייע דרויסענדיגע פארט לייגסטו אריין אין די רימאט דעסקטאפ די פאבליק אייפי מיט די נייע פארט נאמבער וואס די האסט אנגעשטעלט און די ראטער.


(אויב די ראטער געט נישט די אפציע (רוב געבען יא,) און איז א גרויסע ריסק צו רידייערקטען די אנדער פארטס פון רימאט דעסקטאפ..


וועסטו מוזן טוישן די דיפאלט פארט וואס רימאט דעסקטאפ נוצט צו זיך קאנעקטען אין יעדע קאמפיטער עקסטער און אנשטעלען אין די ראטער פאר יעדע קאמפיטער וועלעכע פארט די האסט געמאכט די פארט וואס ס'וועט נוצן, און אזוי זיך קענען קאנעקטען, דורך לייגען די פארט נאמבער אין די רימאט דעסקטאפ יאטעלעטי.

וועסטו דארפן טוישן די דיפאלט פארט אין די רעזעסטרי

גיי צו

HKEY_LOCAL_MACHINE\System\CurrentControlSet\Control\Terminal Server\WinStations\RDP-Tcp\PortNumber

טויש די דיפאלט פארט נאמבער צו איינס די ווילסט.


מאך זיכער אז די האסט אלעס גוט

אויב די טוישט די פארט מיזטו אויך מאכן אז די פארט זאל זיין אפן און די פייער וואל .

מאך א רייט קליק אויף אינבאנד, און מאך פארט, לייג אריין די פארט נאבער,מאך א טעשק פאר אלע, געב א נאמען .


---

ס'איז בעסער צו נוצען א הויכע נאמבער זיכער צו מאכן אז א אנדערע פראגרעם ניצט נישט די פארט , די קענסט נוצן ביז 65,535,


טוהו דעס פאר יעדע קאמפיטער, שרייב ארייב זיין אייפי מיט זיין פארט נאמבער.

און די ראטער לייג די פארט נאמבער פאר יעדע מאשין און וועסט זיך קאנעקטען דורך לייגן די פאבליק אייפי און די פארטנאמבער צו וועלעכע מאשין די ווילסט זיך קאנעקטען.


נאכן סעטען די פארט אין די מאשין און אין די ראטער און געפענט די פייערוואל פארדי נייע פארט, קענסטו אריין לאגן מיט די יאטעלעטי.


לייג די פאבליק איי פי , נאך די אייפי לייק א דאבעל קאלען : און די פארט נאמבער.


אויב דיין ISP געט דיר נישט קיין סטעריק אייפי (וואס מן הסתם האסטו ניטש חוץ אויב די באצאלסט שוין)


קענסטו אדער צאלן פאר א סטעריק אייפי אדער נוצען א סאפטווער וואס וועט דיר געבען א דאמעין נאמאן וואס די לייגסט אריין אנשטאץ די אייפי און די דאמען נאמען וועט זיך כסדר אפדעיטן מיט די נייע אייפי.

https://www.noip.com/

https://www.dynu.com/en-US

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020