NVMe און SATA די חילק פון-SSD אפציעס פאר AIC און 2.5 און m.2

עודכן ב: 2 פבר 2020

איך גיי נישט יעצט אריין גייען פארוואס SSD זענען אזויפיל בעסער און שנעלער ווי טראדישנעל הארד דיסק דרייווס, איך וויל נאר רעדן וואס זענען דא און וועלעכע די ווילסט קויפן און זיכער זיין אז ס'ארבעט מיט דיין קאמפיטער.


בעיקר איז דא דריי סארט SSD דרייוו'ס .


די אדד אין קארד’ און די 2.5 אינטש סאטע דרייוו. און די M.2 PCIe - .M.2 SATA


די בעסערע סארט הארד דרייוו נאך די פושטע הארד דרייוו איז די SATA SSD דרייוו, און נאך דעם איז דא NVMe דרייוו וואס זענען אסאך שנעלער, יעצט לאמיר זעהן די וועגען און קאנעקטער'ס קודם, ווייל זייער אסאך מישן אויס, און מיינען די קאנעקטער האט מיט די טייפ.


די m.2 איז נישט א געוויסע סארט דרייוו נאר ליבערשט א פארעם פעקטאר,וואס די קאנעקסט די דיווייס דירעקט צו די מאדער בארד, און די ביידע סארט SSD ניצען טעקנאלעדזי פראטיקאל'ס מיט די פארעם פעקטער, און אפי' WIFI קארדס ניצען אויך די קאנעקטער


די נייע עם-.-2 פארעם פעקטער איז די נעקסט דזשענערשען סארט ווערסיע NGFF און איז אסאך קלענער, פון אנהייב איז עס געווען נאר אין געוויסע לעפטאפס אבער היינט איז עס שוין ברייט באנוצט אין דעסקטאפס אויך.


יעצט די נייע סארט SSD דרייוו זענען דא אויך מיט די M.2 קאנעקטאר, אבער די דעטא ווערט געשיקט אין צוויי סארט פראטיקאלס די SATA און די PCI Express .


(די לעצטע SATA ווערסיע איז 3 מיט 6 גיג פער סעקענד. די PCI עקספרעס איזי אסאך שנעלערע טייפ אויף קאנעקשען געמאכט פאר עקספענטשען א שטייגער ווי גרעפיק קארדס, און גייט מיט לענס, יעדע לען טראגט 8 גיג פערסעקענד ביי די 3.0 ווערסיע, און איז דא ביז 16 לענס, די 4.0 טראגט דאבל



די SATA ניצט אויך די AHCI קאנטראלער סיסטעם )


די (די NVMe איז די נייעס סארט פלעש SSD דרייוו'ס) NVM Express ניצט די PCI-e קאנעקשען, און איז זייער שנעל אסאך שנעלער ווי די SATA, סיי די מהלך וואזוי ס'איז געמאכט און סיי די וועג וואזוי די דעטא ווערט געשיקט צו די סיסטעם (BUS) .


די NVMe ניצט PCI-e X4 לענס דאס מיינט ס'קען גייען אסאך שנעלער ווי די פושטע סאטא אזוי שנעל ווי 650 פראצענט שנעלער, ווען זיך אין די דזענערעשן פון די באס און דרייוו.


די NVMe ניצט נישט די אלטע סארט AHCI קאנטראלער וואס אויך די SATA ניצט נאר א אייגענע נייע NVMe קאנטראלער.


(אן אריין גיין צו טיף די חילק פון PATA און SATA, די וועג וואזוי סאטא ארבעט איז ס'ליינט איינס אויף אמאל פארלערל איז יא פון אפאר סארסעס, די סאטע האט געמוזט גיין מיט איינס אויפאמל וועל ס'האט געהאט איין העדער פאר אלע פלעטערס אין די דיסק און נאך סיבות, אבער די יעצטיגע פלעש טייפ מעמערי ניצט יא פאראלעל, ווייל די דעטא איז פון מערערע טשיפס און ס'קען ליינען פון יעדע טשיפ עקסטער סאוי די קענסט ליינען דעטעא פון אפאר אויף אמאל וואס מאכט עס אסאך שנעלער, און לכבוד דעם קען עס אויך פארדינען פון מאלטי קאור)


ווי געשריבן איז די חילק פון די NVMe דורך די מיט SATA אינגאנצען אנדערש און איז אויך אביסל אנדערש אין די פיזישע אויסשטעל, די קאנעקטער'ס (Key) און שטיקל זענען אנדערש.


יעצט וואס זענען נוגע.


ס'איז דא די B KEY וואס האט א די ק"י ביי די רעכטע זייט נאך 6 פינס, און דאס איז די PCI-e וואס ניצט PCIe x2 bus connections אדער פאר סאטא .


די M Key האט אין די לינקע זייט מיט פינעף פינס אפגערוקט , דאס ווערט געניצט פאר PCIe x4, SATA .

און נאכדעם איז דא די B+M Key וואס האט ביידע זייטן די לעכער און ארבעט פאר ביידע, אבער אויב ניצעט עס די PCI וועט עס נאר ניצען PCIe x2


פארן קויפן מאך זיכער אז די נעמסט די ריכטיגע ווערסיע PCI NVME ווייל סאיז דא אויך אסאך פון 2.0


יעצט וועלעכע גייט אריין ווי ?

די B גייט נאר אריין אין די B קאנעקטער און די M גייט נאר אין די M קאנעקטער,

די קארד'ס וואס האבן ביידע B און M ( וואס רוב סאטא דרייוו האבן) גייען אריין אין ביידע

למשל


די לענג איז דא און אפאר סארט לענג און יעדע מאדער בארד איז אנדערש וואס ס'סופארט רוב געבען די אפציע צו לייגען די סקרוי און אפאר סייזעס.

די קענסט וויסן די זייט דורך די נאמען , די ערשטע צוויי נאמבערס איז די ברייט למשל די ברייט באניצטע איז א 22 MM ברייט און 80 MM לאנג.

M.2 2230: 22 millimeters wide by 30 millimeters long.

<