Microsoft Edge א בליק איבער די נייע בראזער


די Microsoft Edge איז די בראזער וואס איז די דיפאלט בראזער אין Windows 10 ביז היינט, און דערווייל נאך אלץ ביז די נעקסטע אפדעיט, אבער די קענסט פון יעצט זעהן די נייע עדזש בראזער.

די אלטע איז געווען געבויט אויף א די פלאטפארמע פון מייקראסאפט, אבער מייקראסאפט האט געזהן אז די Chromium ווערסיע איז בעסער און מער מענטשען נוצן די Chromium און האט זייער אסאך דיוועלעפט פיטשער'ס, האבן זיי אפגעמאכט זיך צוזאם צו שטעלען , און זיי האבן געמעכט א נייע Chromium-Based Browser .

די בראזער איז א געווינס פאר ביידע זייטן און איז יעצט שנעלער מיט א היפשע פראצענט ווי די אלטע Edge און האט זייער גיטע security and password options .


די בראזער האט די פיטשערס פון Google Chrome מיט די extensions פון קראום און האט פיטשערס פון Edge ווי די אפציע צו שרייבן אויף PDF און אויך די IE mode פאר אלטע וועבסייטס.

די קענסט דאנלאודן די בראזער פון מייקראסאפט פאר Windows 7 און פאר MAC אויך.


https://www.microsoft.com/en-us/edge



די אלטע Edge וועט בלייבן אינסטאלד און זיין באהאלטן אין די סיסטעם

ווען די אינסטאלסט די נייע בראזער וועט דיר עס געבען די אפציע וואס צו ברענעגען, און פון ווי און די קענסט אויך און פון וועלעכע אקונט.


די נייע בראזער איז ארויס פארן ברייטן באנוץ אין February 7, 2020 און האט אפאר פיטשער'ס וואס קומט מיט און זענען פיין אבער דיסעביליד ביי-דיפאלט.


די דיפאלט search engine איז די BING אבער די קענסט עס טוישן.


גיי צו סעטינגס, און אינטען איז דא די אפציע פון אדדרעס באר.


אדער גיי דא אין די סעירדזש באר

edge://settings/searchEngines

און מאך גוגל דורך די דריי פינטליך


דאס וועט מאכן די דיפאלט סערדזש-ענדזשין אין די באר פון אויבן.

די קענסט אינסטאלן extensions פון די STORE דורך די לינק און די סעטינעגס


די קענסט אויך אינסטאלן extensions פון קראום, מאך א די סליידער allow extensions form other stores


דערנאך גיי צו די וועב-סטאר פון קראום


https://chrome.google.com/webstore/category/extensions?utm_source=chrome-ntp-icon


און קליק די עקסטענשען וואס די ווילסט און מאך add to chrome


די browser בלאקט קען בלאקן PUPs מיט נאך אנדערע זאכן ווי adware, trackers, browser toolbars און נאך זאכן וואס די דארפסא נישט און ווילסט נישט, אבער איז אויסגעלאשן .


צו אינעבלין גיי צו Privacy and services אדער אין די באר קאפי אריין edge://settings/privacy דערנאך ראול אראפ די פעדזש ביז די זעסט Services

און ריק די סליידער צו אנצינדען.


די בראזער האט אויך די פלעג'ס פעדזש

edge://flags/





347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020