,Junkware נישט וויכטיגע און קלעבעדיגע סאפטווער. pups

עודכן ב: אפר 28


זייער אסאך סאפטווער טרייען זיך צו אריין באקומען ביי דיר איין קאמפיוטער .

דורך בראזען די אינטערנעט איז פאר זיי די גרינגסטע וועג זיך אריין צו באקומען צו דיר, צו דורך א פאלטשע לינק וואס געט זיך אן אלץ א דאנלאוד לינק פאר איין סאפטווער , און די מיינסט אז די דאנלאודסט עס ביז דערווייל לאודסטו א אנדערע.


אמאל אינסטלסטו א א עקסטענשען, אדער א צו ס'זאל זיין א נארישע בראזער וואס וועט דיר געבען אד'ס, אדער רידערעקטען ערגץ כסדר, טון נערווירען מיט אנדערע זאכן ווי טאל בארס.


די ערשטע זאך איז זיין פארזיכטיג ביים קליקען און דריקן אויף לינקס, אייביג ווען די פארדעכסט א לינק בשעתן האווערן אויף די לינק מיט די מייזל קוק די אמתע ווערטער אונטען.



די ערשטע זאך צו זיך באהיטען איז זיין פארזיכטיג ביים דאנלאודען, זיכער צו מאכן נישט צו דריקען אויף אנדערע גרינע גרויסע דאנלאד באטענס, אויב מ'האט א אד-בלאקער ווערן זייער אסאך אדוועטייזמענט באהאלטן וואס העלפט צו דאנלאדן דעס וואס מ'דארף יא.



און אויך איז גוט צו לאדען פון די מענעפקטשער'ס סייט, נישט פון סאפטווער סייטס וואס קענען מיט לייגען באנגעל-וועיר, וואס בשעת די לאודסט טאקע די סאפטווער געבן זיי מיט א גאנצע פעקעל, וואס געווענדליך קומט די PUPS פון דארט, א PUP מיינט א פאטענשעל-אנוואנטעד-פראגרעם. סהייסט נישט קיין ליגעל מאלוועיר ווייל סאינסטאלס זיך נאר ווען די געסעסט פערמישען, געווענדליך פאר א אנדערע פראגרעם און ער קומט שוין מיט.


אמת אז נישט אייביג קענמען זיך בא ווארענען, סאפטוועיר קענען אלץ אריין לייגן אויך נערוועינדיגע, איז ווען די אינסטאלסט, מאך זיכער אויף וואס די קליקסט, און אנ-טשעק פאר נישט וויכטיגע זאכן בשעת'ן אינסטאלען.


זייער אסאך מאל מיינט מען אז מ'מאיז דריקען ALOW, אפי' וועסט מאכן DENY אויף זייטיגע סאפטווער און די אינסטאלער פעדזש, מיינט נישט אז די סאפטווער גייט נישט אינסטאלן די מעין פראגרעם וואס די ווילסט, ס'איז נאר פאר די זייטעגע סאפטווער.


זייער אסאך מאל ביים אינסטעלן קענסטו מאכן א טשעק צו אינסטלן נאך געוויסע סאפטווער, וואס וועט אסאך מאל שוין זיין געטשעקט, און ביים דריקן נעקסט שנעל אינסטאלסטו קרעפ, איז צו פארמיידן צו אראפ נעמנען די טשעק קענסטו אליינסט, אדער נוצן די אנטשעקי טול, צו העלפן אנטשעקן די טשעקס.


https://unchecky.com/


אויב ביסטו שוין געווארן אנגעשמירט, אדער וויסלט זעהן אויב די פאפס PUPS, נוץ די טול פון מאלווערבייטס


https://www.malwarebytes.com/adwcleaner/


אין ווינדאויס סעקיארעטי צו הייסן PUPS איז אויב די פראגרעם קומט נאך איינס פון די ליסט


  • The file is being scanned from the browser

  • The file is in a folder with "downloads" in the path

  • The file is in a folder with "temp" in the path

  • The file is on the user's desktop

  • The file does not meet one of these conditions and is not under %programfiles%, %appdata% or %windows%


שטייצעך דעס איז פאר נישט קיין עכטע וויירוס'ס וועגן דעם לאזט די אנטי וויירס אריבער די קרעפ, און פארשטייצך זאלסט אייבג האבן א אנטי וויירס פראגרעם ראנען.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020