Intel naming scheme אינטעל פראסעסער נעמינג עקספלענשען


אקעי די ווילסט פארשטיין ואס די נאמבערס און לעטטערס ווען די קוקסט פאר א פראסעסער processor אדער ביים קויפן א דעסקטאפ אדער לעפטאפ.

אינטעל פראסעסעסר'ס זענען היפש קאמפלעצירט און ווי מער איך טריי צו ווערן קלארערער אלץ מער צומישט ווערט מען, אבער לאמיר זיך מצמצם זיין און זעהן נאר די וויכטיגע און וואס איז נוגע.

זיי האבן גאנצע 8 סארט גערופן פאמליע'ס אבער אונז העלן מיר בעקיר רעדן פון די I


אין די I איז אויך דא א גיטע פאר סארט


זיי האבן אויך די מער שוואכערע סארט די Intel Celeron און Pentium , די פענטיעם זענען די שטערקערע ווערסיע ווי די סעלעראן.


איך גיי נאר רעדען פון די איי I פאמליע און זעהן וואס איז די נפק"מ צווישן די 3 5 7 9


אינטעל האט פראסעסער'ס פאר דעסקטאפ'ס סערווער'ס לעפטאפ'ס און יעדע סארט כלי וועט האבן א אנדערע סארט פראסעסער וואס וועט זיין צוגעפאסט פאר יענע סארט כלי, די מערסטע באקאנטע זענען די i פראסעסער'ס Core i3, Core i5, Core i7 and Core i9. ווייל די זענען אין די דעסק-טאפס און אין די לעפטאפס וואס רוב מענטשען ניצען די די עקסיאן וואס זענען אין די סערווערס.


די Core i3 איז די פראסעסער'ס וואס זענען די מער באדזשעט און שוואכערע סארט, ס'וועט זיין אין די ביליגע לעפטאפס און שוואכע דעסקטאפס.

די Core i5 די איז שוין אביסל א שטערקערע פראסעסער און וועט זיין אין די מיד-רענדזש לעפטאפ'ס און דעסקטאפ'ס ס'קען זיין זייער פיין א איי 5 פראסעסער פאר א נארמאלע יאזער און קען מאכן גאנץ שווערע טעסק'ס.

די Core i7 איז די פראסאסער פאר העווי פראסעס און איז געוון די שטערקסטע פראסעסער פאר לעפטאפס . די Core i9 איז די נייעסטע פראסעסער וואס איז יעצט די פון די i ווערסיע.


חוץ די נאמבער וואס ווייזט די שטארקייט איז דא נאך חיליקם וויפל קאר ס'איז דא, און הייפער טרעדינג סופארט, און ווי הויך די RAM קען זיין אין די דעסקטאפ, ס'איז זייער שווערן צו מאכן א ליסט ווייל ס'איז דא זייער אסאך חלקים



די ליסט איז נאר אין די דעסקטאפ ווערסיע , די לעפטאפ איז אנדערש און קען יא זיין מער קאור און ווייטער, סאוי דא קענסטו זעהן ווי קאמפלאקעטידט ס'קען זיין.



די פראסעסער'ס נאמען מאכט א גרויסע חילק ביים קויפן און די גענארציע דאס הייסט ווי אלט ס'איז מאכט זייער א גרויסע חילק אין די שנעלקייט, און ווי א נייערע וועט זיין א בעסערע גרעפיקס און ניצען ווייניגער פאווער.

די קענסט דא למשל זעהן די בענטש-מארק מיט כמעט די זעלבע ספיד נאמבערס און גאנץ אנדערע 'סCPU .

למשל די נייערע נידריגערע קען זיין שנעלער ווי די עלטערע .


איז לאמיר זעהן טאקע וואס די חילק און וואס מיינט די נאמבער און לעטטערס ביי די זייט לאמיר זען א משל און זעהן וויאזוי מ'ליינט עס


דא האסטו א ליסטינג פון א פראסעסער מיט די דיסקריפשען איז חוץ אז ס'איז א איי 9 וואס איז די אבריגע דרשה.

די נאמען איז איינגעטיילט אין 5 חלקים.


די ערשטע

איז די ברענד, דאס הייסט ברענד פון די פראסעסער דא איז די ברענד די CORE ווייל ס'איז אויך דא אנדערע למשל XEON .


די צווייטע

דערנאך קומט די מאדעפייער דאס הייסט די איי מיט די נאמבער, דא איז עס א איי 9 , ווי א העכערע נאמבער אלץ שטערקער איז די פראסעסער. די קלענסטע איז די איי 3 און די העכסטע איז יעצט די איי 9 .


די דריטע

דערנאך קומט די ערשטע נאבבער אין די גרינע , דאס איז די GENERTION די גענעראציע פון די מאדעל, ווי א העכערע נומער אלץ א שפעטערע גענארציע איז עס. (דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן צו קוקען, ווייל א שפעטערע גענראציע קען זיין אסאך שטערקער ווי א פריערדיגע העכרע ברענד למשל א איי 7 פון 4 גענארציע וועט זיין אסאך שוואכער ווי א איי 5 צענטע גענעראציע.)


די פערדע

די דריי נאמבערס נאך די גענארציע איז גערופן די סקיא למשל דא איז די סקיא 900 , ווי א העכערע נאמבער אלץ א שטערקערע קלאק ספיד איז עס, למשל די i5 "8600 i5 "8400צוויי זענען די זעלבע מיט א אנדערע קלאק ספיד.די זעקס הונדרעט איז א שטערקערע ווי די פיר הונדרעט


די פיפטע

ביי די פיפטע מוזטו נישט אייביג זעהן א לעטטער ווי דא די K, די מער טראדצניאלע וועט נישט האבן א לעטטער למשל דא איז דא א K צום סוף. Intel® Core™ i9-9900K processor די קעי מיינט אז די פראסעסער קען ווערן אווער-קלאקד overclocking.



די H איז דא אין דריי סארט H HK און HQ

Intel® Core™ i9-9880H Intel® Core™ i7-6920HQ Intel® Core™ i9-9980HK


די H מיינט היי פראפארמעסנ'ס און אויב האט עס אויך די K מיינט די קענסט עס אויך אווער-קלאקען, און אויב איז דא א Q מיינט עס די פראסעסער איז א קוואד קאר.


יעצט ס'איז דא א גאנצע ליסט פון זאכן וואס די לעטטער ווייזט, דא האסטו א קארצע ליסט.






347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020