How to use, and what is “Portable Apps”

Portable Apps

זענען פראגרעמס וואס זענען נישט אינסטאלד אין די קאמפיוטער, נאר א פושטע פאלדער און די קענסט האבן די APP אויף א USB און זיך ארום טראגן דערמיט ווי די ווילסט, און אויך האבן דיינע סעטינגס אין די APP וויאזוי די ווילסט.


למשל די ווילסט קענען ארום טראגן דיין פריוואטע Google Chrome בראזער מיט זיך אויף א USB און ס'זאל האבן אלע בוקמארקס און עקסטענשענס און אלעס וואס קראום איז ביי דיר אין קאמפיוטער דארט ווי די שטעקסט איין די USB.


(לאמיר קודם אביסל פארשטיין וויאזוי בכלל ווען די אינסטאלסט א פראגרעם ארבעט, וואס הייסט "אינסטאלן" צו פארשטיין בעסער וואס די Portable App ארבעט.



ווען די אינסטאלסט א פראגרעם דאס מיינט ס'לייגט אריין א קאפי פון די פראגרעם מיט געוויסע חלקים פון די פראגרעם, אין געוויסע לאקאציע לאמיר זאגן אין די C:\Program Files אויב ס'איז א 64-ביט וועריסע, און געוויסע סעטינגס וואס זענען פאר אלע יאזער'ס אין די ProgramData פאלדער, און פאר דיינע פערסנעל סעטינג פאר דיין יאזער אין די AppData פאלדער .


ווי אויך מאכט די פראגרעמס זיינע קאנפיגערשענס אין די Registry און שערט אינפארמציע מיט אנדערע פראגרעמס, און מאכט אזוי ס'זאל נישט זיין קיין duplication און מאכט זיכער אלעס איז די בעסטע מעגליך. ווי אויך נוצט די פראגרעם אנדערע זאכן פון אנדערע פראגרעמס אדער שערט מיט אנדערע געוויסע קאוד וכו'


יעצט א Portable App הייסט ס'איז נישט אינסטאלד און אלעס וואס די APP דארף איז אין איין פאלדער, און די פאלדער קען ליגען ווי די ווילסט, און די ראנסט אים פון דארט און אויב איז דא געוויסע סעטינגס פאר די APP וועט עס ווערן געסעעווד אין יענע פאלדער.


די מעלה דערפון איז אז די האסט אים אלעס אויף איין פלאץ און די זעסט אלעס פונעם און די קענסט אים ראנען און ווען די ביסט פערטיג אים אפטראגן , ער לאזט גארנישט אינטער זיך.


געוויסע APPS העלן דיר געבען די אפציע פון א Portable ווערסיע און פון א אינסטאלער ווערסיע, געוויסע מוזן זיך אינסטאלן כדאי צו קענען ארבטען.


ווינדאויס האט נישט די זעלבע מעגליכקייט צו בלאקן פארטעביל APPS מיט די UAS פישטער ווי ווען ס'איז אינסטאלד און שטייצך אז פאר איינעם איז דעס א גוטע זאך און פאר איינעם א ערנסטע פראבלעם.


אויב די ווילסט מאכן א פראגרעם פארטעביל איז דא פראגרעמס דערפאר גיב א זוך.)


יעצט ס'איז דא זייער אסאך Portable Apps עוועליביל, אפי' אויף פראגרעמס וואס האבן נישט די קיין פארטעביל ווערסיע, אויף אלע סארט זאכן פון פראדעקטיוועטי,טולס, גרעפיקס, Media און נאך.


און ס'איז דא אפאר גרויסע פירמעס וואס מאכן APPS פארטעביל און איז צוטיילט אין צוויי סארט וועגן: איינס איז די דאנלאוד'ס א איינצעלע פראגרעם, לאמיר זאגן Google Chrome און די ראנסט עס פון די פאלדער (אדער מאכסט א שארקאוט דערצו) און די דאנלאוד'ס וועלעכע די ווילסט.

אדער קענסטו נוצן א בחינה ווי אייגענע APP-מעניא (application launcher ) פון די פארטעביל סאפטוועיר און די אינסטאלסט דארט אלעס וואס די דארפסט.

די לאנטעשר'ס זענען בעסער סיי אין דיזיין און אויך מיט NET Framework וואס געוויסע APPS דארפן האבן און אויך די Redistributables .


איין סייט און באוויסט און טראסטבאר איז http://portableapps.com/


צו אינסטאלן איין געוויסע APP זיך פאר די אפפ פון דא https://portableapps.com/apps די קענסט זעהן א קליינע דיסקריפשען אינדערזייט פון יעדע APP.


און ראן די אינסטאלער, און מאך די אינסטאל לאקאציע צו דיין USB אדער ווי די ווילסט.


(בעסער אז די מאכסט א נייע פאלדער פאר די אלע פראגרעמס, און מאכסט א שארקאט צו די APP אזוי זענען זאכן שענער)


די צווייטע אפציע, און בעסער ווען די האט אסאך פארטיביל APPS איז צו נוצן די application launcher פון זיי.


ווען די אינסטאלסט די PortableApps.com Platform וועסטו האבן די אפציעס.


נאכן אינסטאלן וועט עס זוכן אליינס פאר די לעצטע אוועליביל APPS און דיר געבען די ליסט

קלויב אויס וואס די ווילסט און נאכן מאכו די נעקסט, און דארפן דריקן די ליגעל-אגרימענט אדער אינסטאל לאקאציע.




דא האסטו די אויסשטעל פון די application launcher מיט די אפשענס דיילאג באקס אפען.




ווען די נוצט א Portable Apps אויף א USB איז וויכטיג צו נוצען די eject devise ווייל אז נישט קען די די APP ווערן קראפטירט און אויך די דרייוו.




פארוואס קענסטו נישט (אדער יא) קאפיען א פראגראם פון איין קאמפיטער און פעסטין די פאלדער און א צווייטע


347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020