GPU גרעפיקס-קארד, אלעס ארום AMD גרעפיקס קארד פון עי-עם-די.


יעדע קאמפיטער מוז האבן א גרעפיקס-קארד צו קענען ווייזן א גרעפיג זאך אויפן דיספלעי\מאניטער, רוב CPU'ס האבן אויך א גרעפיק'ס קארד אין די CPU, סאוי די דארפסט נישט טעקנעלי האבן א עקסטערע גרעפיקס קארד, dGPU און היינטיגע פראסעסערס קומען שוין מיט א גאנץ פיינער גרעפיקס אין זיך, און די מוזטו נישט האבן א עקסטערע, אבער ס'איז דא ווען די ווילסט יא האבן א עקסטערע ,און צומאל האט די CPU נישט אזא פיינער קארד אין זיך, סאוי צו וויסן אביסל מער לאמיר זעהן וואס זענען די גיטע און וואס די בעסערע קארד'ס זענען.


דארפסטו האבן א עקסטערע גרעפיק-קארד ?


די צוויי גרעסטע שפילער'ס אין די פעלד וואס מאכן גרעפיקס קארדס (עקסטערע) איז AMD און NAVIDA

ביידע פירמעס זענען טראסבאר און גוט און איז נישט דא קיין עכטע שטארקע געווינער צווישן זיי, AMD מאכט CPU'ס און נאך זאכן, און נעווידא מאכט נאר גרעפיקס און מאדער-בארדס .


Amd

דארף צו הייסן ביליגער ווי נעווידא און איז אין געוויסע זין אמת אז זייער זאכן זענען אביסל ביליגער און מאכן מער מיד רענדזש זאכן, אבער שטייצעך אז ס'מיינט נישט אז די קענסט נישט טרעפען א גיטע פרייז ביי נעווידא, און נעווידא איז טאקע א בעסערע ברענד פאר א סיבה, זיי וועלן געווענדליך האבן די נייעסטע און שטערקסטע, און א ברענד נעים האט מעלות צו זיך, און האט בעסערע סאפטווער פיטשערס, (אגב זעט עס טאקע אויס אלט די אינטערפעיס) און זייערע דרייווער'ס זענען מער סטאביל און בעסער ווי AMD געווענדליך , אבער ווען די דארפסט א גרעיפקס-קארד איז AMD זיכער עפעס וואס צו קוקען שטארק און מאכן א קאמפערסען.


ווען די זוכסט מער א ביליגע גרעפיק קארד נישט א היי ענד פאר א ביליגע פרייז נאר מער א באדזעשט סטייל וועט נעווידא האבן א גרעסערע אויסוואל ווי AMD און ווען מ'רעד פון די מערסט שטערקסטע היי ענד וועט נעווידא אויך האבן די געווינס , אבער AMD זאכן זענען נישט פרייז איבערגעשאצט.

ביידע האבן זייער ריפרעש סינק טעקנאלעדזשיס AMD האט די פרי סינק און נעווידא די Gסינק


די שטארקע גרעפיקס חברה וואס זיכען ארויס צו נעמען די מאקסימעם ספיד קענען אווער-קלאקען זייער GPU און איז דא אווער-קלאקינג סאפטוועיר פאר ביידע , פאר נעווידא איז דא א גרעסערע אויסוואל למשל די https://eu.evga.com/precision/


ס'איז דא זייער אסאך זאכן ביי גרעפיקס קארד וואס מאכט א חילק ווי API און VRAM (נישט פארמישן מיט VRM) מיט VR און PCI-E Interface און די קאלינג וכו' וכו' אבער אונז העלן זיך האלטן מער פשוט נישט מער צו-צומשין די צומישטע נושא....

לאמיר זעהן די AMD גרעפיק קארדס בערך'דיג און די וועסט שוין אליין מאכן דיינע ווייטערדיגע חשבונת.


AMD

איז די פירמע וואס מאכט די ארכיטעקשער פון די קארד און האט פירמעס וואס ארבטען צוזאמען מיט זיי צו מאכן די גרעפיק קארד א שטייגער ווי ASUS, די נאמען און מאדעל פון די ארכטיקשער איז אלץ די זעלבע און די פירמעס לייגען צו זייערע נעמען קוק דא פאר מער.



די וועג וויאזוי די נעמען גייען האלטן זיך אין איין טוישן און יעדע פאר יאר איז דא א אנדערע וועג, סאוי ס'איז זייער שווער צו מאכן א סך הכל, לאמיר איבערגייען אין גאר קורץ צו האבן א שטיקעל פארשטאנד.


אנהויב איז אנדערש ווי שפעטער סאוי לאמיר אנהייבן מיט אביסל פון די אנהייב, די ערשטע נאבער איז די גענעראציע למשל די 5 און די 6 און 7 און שפעטער איז די RX וואס זענען די מער פושטע אן מיד רענדזש און די היי ענד האבן א קאסטעם נאמען יעדע עקסטער.


אין 2010 איז ארויס געקומען 6000 סעריע'ס

די בעסטע איז געווען די די AMD Radeon HD 6990



דערנאך איז געווען אין 2012 די HD 7000 series



די די בעסטע איז געוען די 7990



אין 2013 איז געטוישט געווארן אביסל און אנשטאץ די 8 סעריע איז געווארן אביסל אנדערש מיט די R סעריע R5-R9 series



ווי א העכערע נאמער אלץ בעסער, מיט די R איז א אנדערע לעוועל


אין 2015 איז ווידער געטוישט געווארן די נעמען מהלך

די R איז געווארן אביסל פאריקט אויך צו אנדערע לעוועלס און די נאבמערס איז אויך נאמער אין די רייע אז ווי א הכערע אלץ בעסער נאר ס'האט באקומען נעמען. אין די נאבערס מיט נעמען זענען אסאך מאל זייער א גרויסע חילק פון די גוטסקייט למשל די r9 390 און די R9 Fury X זענען באלד דאבעל אפגערוקט אין שנעלקייט אבער ביידע זענען אין די R9 קאטעגאריע...


אין 2016 ארויס די נייע RX series די נייע RX האט די RX 460–480 די 460 איז געווען די ענטערי לעוועל און די 480 איז געווען די מיד רענדזש ס'איז נישט געווען קיין היי-ענד אין 2016


אין 2017 איז ארויס א פרישע RX 500 series און נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן מיט די RX VEGA 56 and 64

דערנאך קומט די RX 570 און 580 590


RX 5700-series

די RX נעמינג וועט בלייבן אפציעל אביסל

די 5 איז די דזשענערשען generational די 7 איז די פראפארמענס אין די 00 וועט זיין אדער 00 אדער 50 און די XT איז די טאפ..


איז דא די VEGA 56 און VEGA 46 וואז זענען מער שטערקער

מיט די Radeon VII וואס איז די שטערקסטע


די נעקסטע פרישע וועט זיין די AMD Navi

יעצט וועלעכע די זאלסט קויפן דארפסטו אליינס זיכען וואס איז דא פאר די בעסטע פרייז ביי נא-עגג קענסטו זייער שיין קלויבן איינס






347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020