External Wi-Fi Adapter צו לייגען ווייפיי צו א קאמפיטער-לעפטאפ

עודכן ב: 23 ספט 2019

נישט יעדע קאמפיטער האט ווייפיי! דעס הייסט ס'האט נישט קיין ווייפיי אדאפטער. ווייפיי איז א וועג פון זיך קאנעקטען, פונקט ווי בלאטעט איז א וועג פון מאכן א קאנעקשען, די זעלבע איז מיט ווייפיי.


די ווייפיי קאנעקשען איז געמאכט זיך צו קאנעקטען צו די נעטווארק ווייערלעס, וואס על פי רוב וועט א לעפטאפ האבן א בילט-אין ווייפיי קנעקשען אדאפטער ,אבער אסאך דעסק-טאפס האבן נישט.


אויב דיין קאמפיטער האט נישט אדער איז צובראכען, קענסטו לייגען א עקסטערנעל אדפטער, איןא פי סיי איי סלאט (אין די טאווער\באקס) , אדער א עקסטענעל אדפטער מיט א יא יעס בי.


נאכן איין פלאגן וועסטו עס קענען נוצן זיך צו קאנעקטען, אויב ווינאדס האט די דרייווער, (נארמאל וועט ווינדאס האבן די דרייווער אויב ס'איז פון א באוויסטע פירמע) אין ס'וועט גליייך ארבטען, וועסט עס אויך קענען זעהן אין דיסעבלען אין קנטראל פענעל.


אויב די האסט נישט נאך איין וןייפיי אדאפטער אינסטאלט, דעס הייסט דעס איז די איינציגסטע, וועט דעס זיין די פריימערי ווייפיי, אויב האסטו שוין נאך איינס אינסטאלד נאר די לייגסטו צו וועגען ס'ארבעט נישט גוט, אדער ווילסט לייגען א שנעלערע וועט עס הייסן ווייפיי 2.


קענסט זיך אויסוועלן און די סעטינגס וועלעכע אדאפטער די ווילסט נוצן,

קודם קליק די אדפטער און נאכדעם די נעטווארק.


אויב די האסט נישט קיין דרייווער, דעס הייסט ווען די פלאגסט עס איין זעסטו נישט די אפציע זיך צו קאנעקטען צו די ווייפיי, וועסטו מוזען דאנלאודען פון די מענפעקטערס סייט, און ראנען די סעט אפ.

גיי צו די סייט און זיך פאר ספארט אדער דרייווערס דאנלאודס זיך די דאנלאוד פייל פאר דיין דיווייס אינסטאל עס.


נאכן אינסטאלן די דרייווער, פאלאוי די פראמפטס, עס וועט דיר בעטען צו קאנעקטען צו א נעט ווארק.


סאיז בעסטער צו אינסטעלען די דרייווער, און ניצען ווינאוס זיך צו קאנעקטען צו א נעטוארק, נישט די פון די מנפעקטשער טול ..

ווען ס'איז אינסטאלד, מאך א רייט קליק אויפן נעטווארק אייקן, און קענקעט זיך דורך די ווינדאס סעטינגס.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020