Brother printer models explained

ווען די ווילסט קויפן א פרינטער וועסטו זיך גוט אנשטויסן מיט די נעמען און Letters און ווערן גוט צומישט אלעס מיט כמעט די זעלבע פיטשער'ס און ווערט צוטיילט און מאדעלס מיט נעמען.

די פראבלעם איז איז די נעמען זענען בכלל נישט קלאר צו פארשטיין און די לעטטערס זענען מער גענוצט פאר די מנפעקטעשר ווי פארן קוסנומער.

בראדער האט זייער אסאך פרינטער'ס פאר קלענערע ביזנעסער און פאר האום אפסיעס.

זיי האבן א ליניע פון פרינטער'ס און סקענער'ס מיט אלל-אין-וואן AIO דיווייסעס און ווערט כסדר פארבעסערט מיט א נייע און די אלטע ווערט discontinued איך גיי דא איבער גיין די נעמען\מאדעלס צו פארשטיין אביסל די נעמען און מאדעל'ס צו וויסן וואס צו זוכן און וועלעכע צו קויפן.



די נאמען איז איינגעטיילט בעיקר אין 3 : די פאמליע נאמען Product Series, למשל MFC -J895DW די MFC מיינט א multifunction printer דאס הייסט סנישט נאר א פרינטער נאר איז אויך פאר COPY און סקענער און אויך "FAX"

נאך די MFC איז דא א סלעש מיט די J MFC-J895DW דאס מיינט איז סאזי א JET פרינטער אנשטאץ לעזער איז עס א אינק-דזשעט פרינטער inkjet.

די לעזער פרינטער האבן א L למשל דאס MFC-L2680W

נאכדעם איז דא די נאמבער די נאבער גייען ארויף לויט די מאדעל דאס הייסט פון די MFC-L2680W ווערסיע איז די ערשטע און די לעצטע ווערסיע איז די MFC-L2750DW(XL).

דערנאך קומט די לעטערס צום סוף MFC-L2740DW

די לעטערס זענען א גאר קורצע דיסקריפציע אויף געוויסע פיטשער'ס ווי באשריבן שפעטער, און דאס איז נישט דווקא נאר ביי בראדער'ס פרינערס נאר א סטענדערט פאר אלע פרינטער'ס.

נאכן זעהן די מאדעלס צוטיילט אין די נאמען לאמיר זעהן וואס די אויסוואל איז.


זיי האבן 4 סארט פאמליע'ס MFC DCP און HL דערנאך איז די FAX פאמליע נאמען.


יעדע פאמליע האט אויך אין זיך די L- סעריע'ס ווי DCP און די DCP-L און MFC מיט די MFC-L וכן די HL מיט די HL- . פאר לעזיער


אין יעדע ווערסיע איז דא קען מען זעהן ווי א גרויסע מאשין\אדער ווי גוט איז מיט די ערשטע נאבער פון די נאבער חלק, ס'איז דא א 2 אדער 5 און 6 און 3

HL-L2395DW


די 2 איז די פושטע די 5 איז גרעסערע און 6 איז די נאך גרעסערע די 3 איז פאר קאליר פרינטער'ס



די פראגע איז וואס די נפק"מ צווישן די MFC און DCP, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין קלארע תריץ איך האב זיי געפרעגט און ס'קוקט נישט אויס ווי זיי ווייסן.


די MFC איז פאר print, scan, copy and fax און די DCP איז פאר print, scan and copy און די HL איז אלע איבריגע.


MFC

מאלטיפאנקשען סענטער


DCP

מיינט Digital Copier Printer

און HL מיינט...... זיי האבן גענעפערט דאס ביים פרעגען.

Georgi: HL does not stand foranything. Georgi: It is just an acronym.

נאכן רעדן אביסל האט ער דאס געשריבן

Georgi: I am sorry, I used the wrong term.

Georgi: HL is just a name Brother gave to the standalone printers

די לעצטע לעטטער'ס זענען פיטשער'ס וואס די פרינטער האט און איז נישט דווקא נאר בראדער ס'איז פאר אלע פירמע'ס.

B

אז די פרינטער קען ארבטען מיט א בעטעריס

BT – Bluetooth

די קענסט פרינטען דורך בלטוט.

די BT איז כמעט נישט דא מער ווייל קיינער פרינט כמעט נישט מיט בלוטאט .

C – Colour

פרינט קאליר. יעדע מנפעקטשער איז אביסל אנדערעש מיט דעם, און אנדערש אין די טייפ מאשין, למשל אין די MFP מאשין'ס און שטייט בכלל נישט. די פאקערטע פון C איז M monochrome און צומאל וועט זיין א B פאר שווארץ BLACK . (די פראבלעם מיט C איז אז זיי מאכן אויך פרינטערס וואס זענען נישט קאליר אויך מיט די C לעטטער :


D – Duplex

די דאפלעקס מיינט אז די פרינטער קען פרינטען אויף ביידע זייטן פון א פאפיר.

E - ePrint

די קענסט פרינטען דורך אימעל אין HP

F - Fax

זייער אסאך פרינטער זענען אויך סקענערס און די וואס זענען F מיינט FAX אויך.


H - Hard Disk

אז די פרינטער האט א אייגענע הארד-דרייוו, געווענדליך נאר אין גרעסערע מאשינס.

i - Imaging (Memory Card Slots)

די קענסט צולייגען RAM צו די פרינטער, (נישט אייביג ווען ס'איז דא א סלאט איז עס ארויסגעשריבן מיט די I.) געווענדליך וועסטו דאס זעהן אין די Canon printers.

N - Network

נעטווארק מיי נט די קענסט קאנעקטען די פרינטער צו די נעטווארקט ס'קען זיין סיי א ווייערלעס און ס'קען זיי ווייערד און סקען זיין ביידע אויך צומאל פאר ביידע אזוי NW


W – Wireless

די קענסט פרינטען ווייערלעיס

S - Stacker or Stapler

קען זיין איינס פון די צוויי אדער סטעקער פאר די פעיפער און סטעפלער אז ס'קען עס סטעפלען.

SK - Stacker and Stapler

איז פאר ביידע סיי די סטעקער און סיי עס סטעפעלד.

T - Extra Tray

ס'קומט מיט א עקסטערע טרעי פאר נאך פאפיר, געווענדליך און מער גרעסערע פרינטערס וואס דארף אסאך פאפיר און האט נאך א טרעי.

X - Duplex, Extra Tray and Networking

די X איז פאר די אפ-גרעטעד ווערסיעס מיט די פישטערס Duplex, Extra Tray and Networking. " DTN"


די דארפסט זיכער מאכן וועלעכע פיטשערס די פרינטער האט ווייל X קען זיין פאר נאך זאכן און ס'מוז נישט האבן די פינקליכע פיטשערס וויבאלד די X איז נישט א standardized נאמען יעצט כאטש וואס יעדער נוצט עס.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020