BIOS vs UEFI

לאמיר אין קורצן זעהן וואס דאס איז BIOS און פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט אביסל.



BIOS און UEFI




זענען צוויי מהלכים וואס ראנען די ערשטע ווען די צונדסט אן די קאמפיוטער, און איז געמאכט צו צוזאם ברענגען די הארד-וועיר וואס די האסט מיט די סאפטוועיר ( OS אפרעטינג סיסטעם) .


יעצט צו פארשטיין אביסל בעסער, לאמיר זעהן וויאזוי די זאכן ארבטען אויף וויפיל ס'פעלט אויס צו פארשטיין.


די בייאוס BOIS basic input/output system איז געמאכט אז די הארדוועיר מיט די סאפטוועיר (די OS) זאלן קענען רעדן איינער צום אנדערן, דורך דרייווער'ס. ער נעמט די הארד-ווער די דיסק דרייוו און זיכט פאר סאפטווער.


אין די מאדער-בארד motherboard איז (די גרינע\ברוינע באורד ווי אלע זאכן קאנעקטען זיך, הייסט די motherboard ) דא א קליינע טשיפ, וואס האט אין זיך אינפארמציע גערופן firmware, דארט ליגט די BIOS .


די BIOS וועט זיין די ערשטע צו ארבטען ווען די צינדסט אן די קאפיוטער, (ער טוט אפאר זאכן ווי POST) יעצט די ארבעט פון דעם איז צו זיכען אין דיין קאמפיוטער א סטארידזש דרייוו, וואס גייט זיין באטעביל bootable און פון דעם וועט זיך זיך באטען די OS.


די וועג וואזוי ס'ארבעט, איז דא צוויי מהלכים וואזוי מגייט באטן די OS, די אלטע מהלך אזי די באקנטע BIOS און ארבעט מיט די אלטע פייל סיטעם גערופן MBR , די נייע און בעסערע איז UEFI און ארבעט מיט די GPT פייל סיסטעם.


איז לאמיר זעהן וואזוי די באט איז צוגעגאנגען ביי די BIOS .

ווען ער צינד זיך אן ווערט אקטוועזירט די BIOS און ער גייט זוכן פאר סטראידזש דיווייסעס (HDD אדער USB אדער א CD) וואס זענען קאנעקטעד צו די motherboard , און נאכן טרעפן די סטארידזש דיווייסע'ס וועט ער זוכן דעראויף אויב ס'האט א פייל\קאוד וואס גייט האבן די (MBR ( Master Boot Record די MBR איז געשריבן אויף די דיווייס פון גאנץ אנפאנג, און ווען די firmware טרעפט די ערשטע MBR, וועט ער געבען פאר די boot loader (אויך א חלק פון די MBR ) די באט פייל , און די boot loader וועט באטען די OS .


אויב טרעפט נישט די firmware קיין שום MBR פייל וועט ער זאגן Please insert system disk


דעס איז געווען די אמאליגע וועג און ארבעט נאר מיט די MBR פייל סיסטעם. אין 2007 איז ארויס די נייע UEFI Unified Extensible Firmware Interface און ארבעט אנדערש און בעסער.


די UEFI איז אויך א א קליינע firmware אויף די מאדער בארד אבער ארבעט אסאך מער היינטיג, און מיט די GPT פייל סיסטעם וואס לכבוד דעם קענסטו די דרייוו זיין גרעסער ווי 2 טערבייט, (א זאך וואס אין MBR קענסטו נישט פער פארטישען) .


און וויבאלד ס'ארבעט מיט א צווייטע ססיטעם וואס ליינט די קאוד איז עס אסאך מער פראקטיש און קען אויך זיין מער גרעפיקל.


די UEFIהאט נאך געוויסע פישטער ווי secure boot, און אויך מער דיזיינד נישט צו ווערן קרפטירט.


אויב די UEFI firmware טרעפט נישט קיין EFI פייל וועט עס צורק פאלן און ארבטען מיט די אלטע מהלך און זוכן פאר די MBR . (א פיטשער וואס איז אריין געלייגט אז אויב איז נישט דא נאר MBR און דארף צומאל וען אינעבילד אין די UEFI סעטינגס )


אויב טרעפט ער נישט די ביידע וועט שטיין Please insert system disk


די קענסט נישט סוויטשן צו UEFI אויב די האסט BIOS, אבער כמעט אייביג קענסטו אנשטעלן די UEFI צו סופארטען די BIOS(backwards compatible) ווי פריער ערווענט



די BIOS האט געמוזט האבן די דרייווער'ס צו קענען זעהן די הארדווער די UEFI האט נישט די דרייווער לימטעשן מיט נאך אנדערע דרייווער אפציעס, און איז אויך שנעלער.


די BIOSאיז זייער אלט און ניצט bit processor mode 16 וואס מאכט שטאט די צייט צו פראסעסען די דרייווער'ס.



ו UEFI קען ליינען דרייווער'ס סיי פון די מאדערבאד'ס טשיפ אדער פון א USB, און איז ממש ווי א קליינע OS

יעצט לאמיר אריין גיין אביסל טיפער.


די BIOS איז אלט, ס'האט גערבעט אזוי, די ערשטע זאך אויפן דרייוו איז געווען די MBR אויב האט די MBR געהאט א BOOT FILE האט די BIOS געוויזן פאר די bootloader די MBR און אזוי האט די אלטע BIOS געלאוד די שטיקל קאוד וואס האט געמוזט געשריבן אין א געוויסע פארמאט וואס נאר אלטע BIOS האט געליינט די bootloader, און נאכן ענדיגן לאדון האט די OS קערנעל איבערגענומען, און איז געווען היפש קאמפליקעטעד סיי די אלטע קאוד שפראך וואס איז בכלל נישט געווען עפישענט און אויך נאר 16 ביט פראסעס און לכבוד דעם זייער געצוימט .


משא"כ UEFI האט נישט די פראבלעם וויל די UEFI נוצט נישט בכלל די סארט קאוד וואס די אלטע BIOS האט גענוצט, ס'נוצט א היינטיגע FAT פייל סיסטעם שפראך וואס קען געליינט ווערן דורך יעדעם נישט נאר דורך BIOS און לכבוד דעם קענסטו מאכן קאנפיגערשענס און די באט פייל פון דיין OS ווי למשל אז די נעקסטע מאל די BOOT'ס זאל עס גיין צו די UEFI .



נאך א זאך וואס האט שטארק געהאלפן איז אז ס'איז דא א סטענדערט מהלך אויף דעם און נישט יעדער מאכט זיינע אייגענע חכמות וואס צומישט זייער שטארק די סיטעם וואזוי צו ארבטן מיט דעם.


די צווייטע גרויסע פראבלעם איז געווען, ס'האט נישט געהאט קיין געהריגע גייד-ליינס ווי די MBR ליגט און וויפיל פלאץ מהאט געדארפט לאזן פאר די BOOT LODER .


די נייע UEFI האט געמאכט א מהלך אז די UEFI ליינט FAT פייל סיסטעם אזוי אז יעדער קען עס ליינען, און געמאכט א עקסטערע פארטישען נאר פאר די bootloader מיט א עקסטערע נאמען די EFI. ווען ער צינד זיך אן וועט די UEFI ראנן א Executable די boot manager וואס ער וועט טהון די ארבעט פון BOOT , סאוי ער זוכט פאר די פייל און פערטיג , און אלע BOOT קאנפיגס וועלן זיין דע ארבעט פונעם מענדזער.

און ער האט אויך א נארמאלע לאקאציע נישט ערגעץ אינדרויסן פון פארטישענס.


די קענסט BOOT'ן פון א EFI. פייל אפי' ס'איז אויף א USB אויך און ווי לאנג די האסט ערגעץ די פייל וועסטו קענען BOOT'ן דערפון.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020