AMD CPU א איבערבליק און הסבר אויף די





עי- עם- די AMD איז די גרעסטע קאמפעטישן פאר אינטעל, זיי מאכן גאר אסאך פראסעסער'ס און האבן געהאט פארשידענע זאכן וואס זיי האבן געמוזט לאזן ניצען איינער דעם אנדערן ווייל האבן אמאל געהאט א שותפות אין געוויסע זאכן .


AMD איז אסאך ביליגער ווי אינעל און אויב וויל טיינער זאכן פאר ביליגער איז AMD א גיטע אויסוואל.

די פראסעסערס זענען צוטיילט אין פאמליעס, די זענען די שוואכע פאמליעס Sempron Athlon A Series

די סעמפראן איז גאר שוואך די אטלאן איז די זייער ביליגע ווערסיעס און איז די מאביל פראסעסערס.

און די A סעריע איז אויך די שוואכע סארט.


די FX איז אויך שוואך און אפי' AMD FX-9590 איז נישט זייער גוט און וועט זיין שוואכער אפי' רוב עלטערע פון די RYZEN 3


די Ryzen 3, Ryzen 5, Ryzen 7, Ryzen 9 and Threadripper.

איז ענדליך צו די CORE סעריע פון אינטעל, נישט אז ס'איז די 'זעלבע' שנעל אבער סבערך אין יענע רענדזש ווען די ווילסט קאמפערן.


די Ryzen 3 איז אביסלע שוואכער ווי די איי3 און בליגער ווי די איי 3 פון אינטעל, די טשיפ האט 4 קארס quad-core

די AMD Ryzen 5 איז ווי די מיטלטע גארד איי 5 און איז דא אין 4 אדער 6 קארס און האט א העכרע קלאק ספיד .

די AMD Ryzen 7 איז ווי די איי 7 פון אינטעל און איז די היי פארפארמענס פראסעסער דאס הייסט די שטארקע ווערסיע און איז דא איו 4 אדער 6 אדער 8 קארס

די AMD Ryzen 9 רעזיאן 9 איז די שטערקסטע פון די רעזיאן פעמעלי און איז אזוי ווי די קאר איי 9 פון אינטעל

די AMD Ryzen Threadrippers איז געמאכט פאר מאלטי טרעדינג און ווען קאמפערט צו די קאר איז עס אינטער די איי 9


דא האסטו א בילד און לאמיר צונעמען די נאמען און פארשטיין וואס דא שטייט


די ערשטע איז די נאמען AMD דערנאך קומט די ברענד (פאמליע) RYZEN דערנאך שטייט די נאבער דא איז עס 7 וואס איז די שטארקייט , דערנאך קומט די נאבער די ערשטע נאבער דא וואס אזי 3 איז די גענעראציע איין נאמבער נאכדעם איז די פאפארמענס לעוועל די נעקסטע צוויי נאבער זענען די SKU דא איז עס די 00 דערנאך איז דא די לעטער דא איז עס X וואס איז די סאפיקס, נישט אלע האבן א לעטער די אן א לעטטער זענען בעסיק דעסקטאפ פראסעסער'ס.


די E מיינט לאוי פאווער ווייניג W'אטס, efficiency

די G מיינט graphics ס'האט די AMD Radeon RX Vega graphics card גרעפיקס גארד אין זיך (די זעלבע ווי ביי די שונא אינטעל )


די X מיינט ס'איז די העכסטע קלאק ספיד און מערסטע קארס די X איז ר"ת Extended Frequency Range צו באסטן די פראפארמענס מער ווי געווענדליך.



די U מיינט סניצט אלטרא לאוי פארווער ultra-low power, דאס הייסט סהאט נישט אזא הויכע קלאק ספיד , און וערט נישט אזוי הייס און ציעט נישט אזוי פיל פאווער.

די H מיינט היי-פראפארמענס high-performance

די WX איז איז מער געבויט פאר סערווערס און קאסט אסאך אסאך מער


די EPYC מיט די Opteron זענען די סערווער קלעס פראסעסערס אזוי ווי די XEON פון אינטעל .


347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020