3D NADE FLASH אדער TLC דרייוו'ס SSD וואס איז די טערמינען ביי

יעצט וואז מיינט די אלע סארט טייפס, באמת איז נישט זייער וויכטיג אבער דא האסטו.


די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז די דרייוו ארבעט ווי רעם, NAND memory cells דאס הייסט קליינע באקסעלעך און אין יעדע בלאק גייט אריין א נאמבער פון ביטס.


יעצט די די Single-Level Cell (SLC) מיינט אז סWשרייבט איין ביט פער סעל, ס'איז טאקע נישט אסאך אין יעדע סעל אבער לכבוד דעם איזעס מורא'דיג שנעל, און מאכט נישט קיין ערארא'ס און לעבט לענגער, אבער זייער טייער, און דאס איז געווען אנהייב ווען די SSD איז ארויסגעקומען.

און ס'שרייבט נישט איבער א סעל נאכן געשריבן ווערן, סאוי ס'איז זייער דויערהאפטיג.

די דרייוו איז נישט זייער טרעפבאר פאר פושטע קאנסומער'ס.


Multi-Layer Cell (MLC)

איז ארויס שפעטער, און האט אנגעהויבן שרייבן צוויי ביט'ס פער סעל, און לכבוד דעם ווערט די סייז גרעסער (די נאמען מאלטי איז טאקע אביסל פאריקט (און געמאכט ביליגער ווייל ס'האט אויך איבער געשריבן , און איז אויך געווארן שטאטער וויל סאזי ביזי שרייבן, און לכבוד דעם האט מען אנגעהויבן לייגען א געוויסע חלק נאר SLC ווען ס'איז געווארן אנגעשטויסן (א באפער )

Triple-Level Cell (TLC)

איז געווען דערנאך און נאך אלץ זייער באנוצט און איז נאך שטאטער ווייל ס'שרייבט 3 ביטס פער סעל אבער גרעסער אין סייז סאוי סאיז ביליגער.

.

Quad-Level Cell (QLC

איז נאך שוואכער און ביליגער און גוט פאר פושטע באנוצער.


יעצט וואס מיינט 3D NADE

די טערמין מאכט נישט אויס באמת פאר דיר נאר אין פרייז, דאס הייסט די קאמפעני האבן אנגעהויבן לייגען דעטע און א געוועסע סארט אויפן.

ווי נעטער די סעלס זענען אלץ מער פלאץ איז דא, אבער ווען ס'איז צו נאנט איז דא פראבלעמען אז סאינטערפערד די סעלס האט מען עס אנגעהויבן סטעקען די סעלס אין די הייך איינס העכער די אנדערע אזוי ניצט עס ווייניגער פלאץ און איז ביליגער לכבוד דעם.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020