2 HDMI display monitors with one HDMI port on PC or LAPTOP

אויב האסטו מער ווי איין דיספלעי פארט PORT למשל איין DVI און איין HDMI PORT אויף דיין קאמפיוטער, קענסטו איין פלאגן אין יעדע PORT א ווייער און עס קאנעקטען צו א מאניטער, איין מאניטער זאלן נוצן די DVI PORT און איינס HDMI .

אבער אויב האסטו א לעפטאפ און די האסט נאר 1 PORT א HDMI, קענסטו עס נאר קאנעקטען צו 1 מאניטער, און די קענסט נוצן די סקרין פון די לעפטאפ פאר איינס און די פרישע מאניער פאר די צווייטע.


יעצט אויב ווילסטו האבן צוויי עקסטערנעל מאניטער'ס קענסטו נישט פלען לייגען א ספליטער , מיט HDMI ווייל HDMI קעניש טראגן צוויי סיגנעלס און איין ווייער. ( DP דיספלעי פארט יא.)


א ספליטער וועט פשוט זיין די זעלבע סיגנעל אויף ביידע מאניטערס, ס'איז געמאכט צו האבן די זעלבע בילד אויף צוויי עקסטערע דיספלעי'ס .



א סוויטש SWITCH איז געמאכט צו האבן איין מאניטער צו אפאר עקסטערע דיווייס, למשל די האסט צוויי עקסטערע לעפטאפס און די ווילסט האבן איין מאניער וואס די קענסט טאנצען פון איין לעפטאפ צו די אנדערע מיט א באטן, אזוי ווי א KVM .


וואס די קענסט יא טהון איז נוצן א USB וואס איז א אדאפטער צו מאכן דיספלעי.


די חסרון פון דעם איז אז אז וויבאלד USB איז נישט דיספלעי, דארף די פראסעסער אים קאנווערטן צו ארויסגעבען דיספלעי סיגנעל און סיי די GPU און סיי די CPU האבן יעצט פרישע ארבעט.


אנדערש איז אבער USB TYPE C וואס געט יא ארויס דיספלעי.


אסאך מאניער'ס העלן האבן מער ווי איין HDMI פארט, דאס מיינט נישט אז די קענסט קאנעקטען איינס צו די אנדערע Daisy Chain , סאיז אזוי ווי א סוויטש ווי אויבן באשריבן.


דיספלי פארט קענסטו יא Daisy Chain . גערופן MST (Multi-Stream Transport) און דארף זיין אין די ריכטיגע PORT און די GPU דארף זיין DP1.2 with MST option




347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020