פארוואס קענסטו נישט (אדער יא) קאפיען א פראגראם פון איין קאמפיטער און פעסטין די פאלדער און א צווייטע

עודכן ב: 26 ספט 2019

אינסטאלד פראגרעמס ליגען אין דיין קאמפיטער אינטער די C:Program Files (x86) פאלדער אדער C:Program Files , נא פארוואס זאלסטו נישט קענען קאפין די פראגרעם וואס די ווילסט און פעיסטן און א צווייטע קאמפיטער און שלום על ישראל ?

די תריץ איז אז די קענסט יא , נאר וואס דען ס'גייט נישט אייביג ארבטען, פארוואס ? ווייל חוץ די פראגרעם פייל אין די פאלדער לייגט די פראגרעם נאך פלעצער פיילס און די פיילס איז אסאך מאל וויכטיג אז די פראגרעם זאל ארבטען און נישט געבען קיין ערעארס.


למשל ווען די אינסטאלסט די פראגרעם מאכט ער נאך א פייל פאר יעדע יאזער, אינטער די לאקעל פאלדער פאר יענעם סעטינגס, און אויב די קאפסיט נישט יענע פאלדער אויך וועט ער נישט האבן די קאנפיגרעשן פאר די יאזער. איי וועסטו קאפין אויך יענע פייל, א גטיע עצה אבער ס'איז דא נאך א-ס-א-ך פיילס וואס די דארפסט קאפיען און ס'הייבט אן ווערן זייער שווער צו קאפיען אלע פאלדערס און נאך דעם עס פעיסטן אין די אנדערע מאשין.


למשל געוויסע סעטינגס וועלן ליגען אין די רעדזסערי א גיטע פאר מאל געוויסע פיילס, און א גרויסע פראגרעם קען לייגן גאר אסאך.


אויך געוויסע אפדעיטערס וואס מאכט די אפדעיטס דארף די פראגרעם האבן , און געוויסע פראגרעמס וועלן נישט ארבטען אויב ס'האט נישט די אפדיעטער.


געוויסע דדל DLL פיילס וואס ליגען אין די ראט, דארפסטו אויך קאפיען.


אויך וועלן געוויסע פראגרעמס זיין DRM דיזשטעיל רייטס מענדזשמענט , איו ס'איז דווקא פאר יענע הארדווער (לייסענסד) און ס'וועט נישט העלפן אפי די קאפיסט אלע פיילס און פאלדערס ביי אזא פאל.


סאוי פאר די סיבה צו לייגען אלע פיילס אין זייער ריכטגע ארט איז דא די אינסטאלער וואס אינסטאלד און לייגט די אלע פיילס אין פלאץ, סאוי ווען די ווילסט האבן א פראגרעם אין א צווייטע קאמפיטער איז די איינציגסטע עצה א אינסטאלער צו מאל איז אויך דא פרגרעמס וואס די קענסט יא.

און קליינע פראגרעמס זיכער, און פארטעביל , איז דאך פשוט אז די קענסט.


אויב די ווילסט זעהן אלע חיליקם וואס א פראגרעם האט געמאכט , דעס הייסט וועלעכע פיילס ס'האט אלץ צו געלייגט קענסטו ניצען א פראגרעם

https://www.pcmag.com/roundup/255899/the-best-tune-up-utilities



פארטאבעל הייסט די דארפט גארנישט חוץ די פראגרעם און קליקסט די פייל מיט די .exe און ראנסטע עס.

זייער אסאך פראגרעמס האבן א פארטביל ווערסיע, און אויך איז סייטס וואס מאכן פראגרעמס פארטעביל.


347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020