סקדזוולען א אימעל פאר א געוויסע צייט אין אוטלאק (דילעד delayed אימעל.)

עודכן ב: 4 אוק 2019

אויב די ווילסט סקעדזשוולען א אז אימעל זאל געשיקט ווערן א געוויסע צייט, ד.ה. די שרייבסט יעצט די אימעל, און וועט ווערן געשיקט אין למשל צוויי שעה (קענסטו היינט מיט דזימעל אויך. )


קודם דארפסטו נעמען אין אכט אז כדאי ס'זאל ארויסגיין די אימעל וואס די מאכסט אויף א שפעטערע צייט מוז אוטלאק זיין אפן דעמעלטס.


ווען די מאכסט א דילעד אימעל וועט עס ליגען אין אוטבאקס, און ס'וועט נאר ארויס גיין פון אוטבאקס אויב ביי יענע צייט וואס ס'איז אנגעשטעלט איז אוטלאק אפן.


נאכן מאכן דיין אימעל גרייט דריק אפשענס.

שטעל אן די זייגער אדער דורך טייפען אדער פיקען א צייט מיט א דעיט.


ס'וועט ליגען ביז יענע צייט אין אוטבאקס, און וועט ווערן געשיקט דעמעלס.

פעריטיג.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020