PCIe וואס איז -PCI Express

עודכן ב: פבר 7


די PCIe איז א סלאט אויף דיין מאדער-בארד Motherboard, דאס איז די חלק אין די קאמפיטער ווי אלע זאכן זענען מחובר, דאס איז געמאכט צו קענען צולייגן נאך זאכן אין די קאמפיטער. למשל אויב די ווילסט צו לייגען א גרעפיקס קארד אדער USB קארד וואס האט נאך פארט'ס אדער שנעלערע, אדער בעסערע נעטווארק -קארד'ס, וכו' איז דא די סלאטס ווי מלייגט אריין אין די סלאט די קארד און אזוי האסטו די מעגליכקייט צו קענען האבן מער זאכן.




די PCIe איז די גאר שנעלע פראטיקאל-protocol , די ערשטע protocol איז געווען די PCI ארויס אין די 2000 יארן. און די נייע טעקנאלעדזשי איז די PCIe די E מיינט "עקספרעס". יעצט אזוי ווי די אלטע PCI איז שוין זייער אלט אין אוט-דעיטעד העלן מיר נישט רעדן דערוועגען, (די קאליר איז ווייס) איז נאר באציען צו די נייע PCIe .



די PCIe האט אויך ווערסיע'ס version רוב יעצטיגע Motherboards האבן די 3.0 און 4.0 קומט אריין צוביסליך. די קענסט אריין לייגען א קארד פון 2.0 אין א 3.0 אבער ס'וועט נאר געבען די 2.0 ספיד, און די זעלבע פארקערט.





יעצט וויפיל סלאטס די האסט אויף דיין Motherboard ווען זיך אין דיין מאשין, און געווענדליך די גרסערע סייז מאדער-בארדס העלן האבן מער וויי איינס, און אויך אנדערע סייזע'ס, פון 1 4 8 16 (ס'איז דא באמת פון 32 אבער נישט פאר פושטע באנוצער.)


יעצט די PCIe סלאט מיט קארד האבן לענס lanes. יעדע ליניע מיינט א לעקטירעל ווייער אדער קאנעקשען, באצייכענט מיט די X , די X מיינט וויפיל ווייער'ס די קאנעקטאר האט, למשל X 16 מיינט ס'האט 16 קאנעקטער'ס X4 מיינט 4 קאנעקטערס, און X 1 מיינט 1 .


(יעדע Lane האט צוויי ווייערס, איינס צו טראגן און איינס ברענגט דעטא, ווי מער לענס אלעס מער דעטא ווערט טרענסמיטעד צו די סיסטעם .)


למשל קוק דא פאר א 1X קאנעקטער מיט סלאט



דא קענסטו זעהן די מעניאל ווייזט וועלעכע סלאטס ס'איז דא און ווי די פלאץ אויפן בארד ס'ליגט.



די קענסט אריין לייגען א X 4 אדער 8 און א X16 ס'לאט אבער ס'ניצט נאר אזויפיל לענס וויפיל די קארד האט.


פארקערט, אריין לייגען א גרויסע קארד מיט מער LANES, טעקנעקלי קענסטו אריין לייגען א גרעסערע קארד מיט מער lanes אין א קלענערע סלאט, אבער סוועט נאר האבן די ספיד פון וויפיל די סלאט איז. די גייסט נישט צומאל\כמעט קיינמאל קענען אריין לייגען די קארד אין א קלענערע ווייל די מנפעקטשער לייגט געווענדליך אזא בלאקער אויף די סלאט, אבער די קענסט מאכן ס'זאל פיטען וועט עס ארבטן, און צומאל איז יא דא אפענע, און צומאל ברויך עס א דרייווער.


יעצט די קענסט זעהן אסאך מאל די ווארט WIRED X 4, למשל א 16 X אבער ס'איז געווייערד אלץ 4 אדער געווייערד אלץ 8 . וואס דאס מיינט אז אפי' די לייגסט אריין א 16 לען קארד וועט עס נאר באקומען די בענדוויט פון וויפיל ס'איז געווייערט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, די מנפעקטשער מאכט די סלאט עקסעסעביל פאר א גרעסערע קארד ווי וויפיל לענס ס'האט באמת.




די סיבה דערצו איז ווייל די chipset איז נישט ביכולות צו פארנעמען אזויפיל, און אויב גייסטו לייגען מער לענס ווי ער קען, וועט ער אליינס רידאס"ן די לענס פון אנדערע סלאטס.


די קענסט זעהן די X אין די מעניאל און אויך געווענדליך אויף די Motherboard, קוק גוט וועסטו זעהן אז די לעכער זענען נאר געווייערט פאר X4




כמעט קיין איין דיווייס דארף נישט די פולע 16 lanes חוץ גרעפיק'ס קארד'ס, די NVME דרייווס ניצען 4 lanes.





347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020