מאכן אז א וועב-סייט נאמען זאל פירען צו א צווייטע, אדער בלאקן Redirect a URL

עודכן ב: 4 אוק 2019

ווען די טייפסט א נאמען פון א סייט א URL, וועט עס טשעקען נאמען און דיר אהין שיקען, למשל די ווילסט גיין צו גוגל'ס וועב סייט וועסטו טייפן אין די בראזערס אדרעס באר גוגל דאט קאם, און א DNS סערווער וועט אויף טשעקען די גוגלס אייפי אדרעס און דיר אהין שיקן, אויב די ווילסט אבער אז ווען איינער אדער די טייפ יענע נאמען זאל עם עס שיקען צו א צווייטע אייפי קענסטו טוישן די אדרעס אין דיין קאמפיטער ביי די האסט פייל.

די האסט פייל איז א ליסט וואס דיין קאמפיטער טשעקט פארן קוקען און א DNS סערווער סאוי אויב ס'שטייט דארט די נאמען מיט די אייפי אדרעס וועט עס שיקען לויט יענע נאמען.


למשל די ווילסט אז אנשטץ www.shira24.com זאלסטו אנקומען צו https://www.meshimer.com/About גייסטו טשעקען וואס משומר'ס IP איז, און שרייבן א ליין אין די האסט פייל מיט ווערטער פון די נאמען מיט די אנדערע אייפי.


די דארפסט וויסן די אייפי פון די סייט צו ווי ס'זאל ווערן רידערעקטעט,.

צו וויסן א אייפי פון א סייט קענסטו מיט די קאמענד PING מיט די נאמען פון די סייט און סוועט ווייזן די אייפי אדרעס , און קאפי די אייפי און לייגע ס ביי די האסט פייל.


נאכן האבן די אייפי גיי צו די האסט פייל און עפן עס מיט נאוט פעד.


די דארפסט קודם עפענען נאט פעד אלץ אדמין, און גיין צו די פייל.


C:\Windows\System32\drivers\etc

די אייפי צו ווי סזאל געטראגן ווערן גייסטו שרייבן אונטער די ווערטער לאקעל-האטנעים רעסלעשאן איז הענדעלט וכ' איטסעלף גיי אראפ א שירה און טייפ די אייפי נאך די אייפי א ספעיס און די נאמען.



ביי נאמבער איינס איז אייפי פון משומר צו ווי סווערט געפירט ,נאמבער 2 איז נאמען.


דא קענסטו זעהן אז ס'אזי געווארן רידערעקטעד. (די אייפי פון משומר איז איז נישט SSL סאוי וועגען דעם איז עס רויט)

עס איז נישט קיין נפק"מ צווישן HTTP און HTTPS ס'וועט אייביג ווערן רידערעקט, אבער קודם איז גוט צו טרייען די דאמעין נאמען אן WWW אויב ס'ארבעט, לייג עס נישט.


די קענסט אנשטץ רידערעקטען די סייט עס בלאקן.. אנשטץ לייגען א אנדערע אייפי לייג 127.0.0.1 סאוי די בראזער וועט נישט האבן ווי צו גיין (לאפבעק)


נאכן טוישן קענסטו פלאשן די DNS קעטש אבער די בעסטע איז צו ריבאטן.


די קענסט לייגען וויפל סייטס די ווילסט, נאך יעדע סייט גיי אראפ א שורה און לייג די אייפי מיט די נאמען .

אויב די ווילסט בלאקן לייג יעדע מאל דא 127.0.0.1 אדרעס.


אויב די ווילסט עס עפענען אדער דיליט די שורה וואס די האסט געבלאקט אדער לייג א # סיין און פראנט פון די אייפי.


347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020