לעפטאפס איבער-בליק Microsoft

עודכן ב: 7 נוב 2019


מייקראסאפט האט אין די לעצטע פאר יאר אנגעהויבן צו מאכן לעפטאפ און טעבלעטס מיט זייער אייגענע סורפעס ברענד, און אויך די נייע ווערסיע מיט דאל-סקרינס זיי האבן נישט קיין גרויסע אויסוואל ווי אנדערע ווי דעלל אבער האבן זייער שיינע און פיינע זאכן.


זייערע זאכן לויפן אסאך טייערער ווי אנדערע און די באצאלסט פאר די 'נאמען סורפיס' אבער האבן זייער א גיטע שיינע און באקוועמע און לעטסעט סטייל זאכן, זיי טרייען צו קאמפערן מיט APLLE און וועסט אייביג באצאלן פאר די ברענד נעם אבער זייערע זאכן זענען פיין.


זיי האבן 4 קאטעגארי'ס

Surface Laptop Surface Book Surface Pro Surface Go


סוף 2019 האבן זיי צוגעלייגט נאך מאדעלס און זאכן ווערן אביסל מער צומישט, סאוי לאמיר זיך האלטן צו די 4 קעטקראיעס און צו לייגען די מאדעלס עקסטער.


זיי האבן נישט די בעסטע פאון סופארט און די אנליין סופארט איז בעסער .



Surface Laptop 3



איז זייער לעצטע מאדעל לעפטאפ

און קומט מיט די קיבארד קאסט Starting at $1,299.00 13.5-inches

האט נישט קיין LTE אפציע די קענסט נעמען אער א איי 7 אדער איי 5 , און די פולע פעקעדזש פאר 2 א האלב. אלפים די סורפעס האט זייער א פיינער בעטערי לייף פון 14 שעה . און זייער קלארע סקרין אבאר נישטא קיין אפציע פאר עקסטערע גרעפיג קארד

די סורפעס לעפטעפס, ווערן זייער שנעל צוקריצט, די לעפטפס סקרין איז זייער דין און האט זייער א גיטע וועב קעמערע קעקען אנערע לעפטאפס .

זייער א גיטע טאטש פעד כמעט אזוי גוט ווי די מעק-איר לעפטאפס


Surface Book



איז א טעבלעט-לעפטאפ וואס קען ווערן ארפ גענומען די קיבארד די דיספלעי איז דא איו 13.5 אדער אין 15 אינטשעס און קומט מיט די קיבארד קאסט בערך 12 מאות די קענסט צולייגען די עקסטער NVIDIA GeForce

אבער שטייצעך די פרייז גייט מיט און האט א 17 שעה'גע בעטערי לייף.


די לעצטע ווערסיע איז די Surface Book 2 אבער ס'דארף שוין ארויס קומען 3

די סורפעס בוק איז א פעסטע שטארקע כלי און קען האבן א פעסטע גרעפיק'ס קארד און איז מורא'דיג פארטעביל ווייל די קענסט אראפ נעמען די קיבארד, און אויב איינער דארף א פענצי שטארקע לעפטאפ איז די באק די געווינער.

האט נישט קיין LTE

***




Surface Pro

איז די די היי ענד טעבלעט מיט די וויעכע קיבארד Type Cover keyboard accessory וואס מ'דארף צו קויפן ביי געוויסע מאדעלס און איז גרויס 12 אינטשעס ביי די עלטערע און וועגט 1.70 פאנד'ס

די טעבלעט'ס זענען זייער טייער און לויפן אסאך טייערע ווי אנדערע טעבלעט מיט די זעלבע ספעקס פאר די פרייז

די קיבארד איז די צוזאמלייג קיבארד וואס קען נישט געהריג געניצט ווערן אויף די פיס וואס דארף ווערן גענומען אין קאנסידערשען , די פראוי ווערסיע האט אפאר מאדעלס אין זיך


די Surface Pro X

די X איז אביסל אנדערש ווי די אנדערע פראוי דיווייסעס, די X איז געמאכט מיט ARM מיט די קוואלקאם פראסעסער Microsoft SQ1 CPU (ARM וואס קען צומאל זיין א חסרון ) און קוואלקאם גרעפיקס Adreno 685 וואס קען געבען 4 קעי דאל דיספלעי . אויך די פען slimאיז אנדערש און פיט אין די קאווער און האט אויך LTE. אויך איז די דיספלעי גרעסער א 13 אינטש מיט א העכערע רעזלאשען פון X 19202880 מיט א 4K בעק קעמערע 13 שעה בעטערי די פרייז דערפון איז 1000 ביז 17 מאות און האט נישט קיין דזעק פאר איר פאנס 3.5mm audio jack , די קענסט אויך טוישן די SSD זייער גרינג


--

Surface Pro 7

די סורפעס פראוי 7 האט א 10נטע גענארציע פראסעסער, ס'איז אבער שטערקער ווי די X און איז כמעט די זעלבע ווי די X ווערסיע, אפאר חיליקם איז דא. ס'קומט מיט א פיינער Intel Iris גרעפיקס קארד , אבער האט נישט קיין LTE אפציע, און איז אויך דא מיט 4 גיג רעם ביז 16 גיג און האט א USB-A וואס די X האט נישט און האט א USB- C .

די i3 מיט i5 האבן נישט קיין קאלינג פען די i7 האט יא

און די Surface Pro 6 וואס איז א איי 5 , די Surface Pro 5 איז די עלטערע ווערסיע האט אויך LTE Advanced .

--



Surface Go

די סורפע-גאוי איז מער א פושטע טעבלעט פאר זייער פושטע באנוץ מיט א שוועכע פענטים פראסעסער און 8 גיג רעם וואס אזי זייער גוט פאר פלענע וועב בראזינג טעבלעט און איז זייער קליין נאר 10 אינטשעס און מ'דארף עקסטער צו קויפן די קיבארד Type Cover keyboard accessory , די זאך אליין קאסט 4 מאות און די קיבארד נאך א מאה און אויב דארפסטו א פען דארפסטו דאס אויך צוקויפן. די גאוי האט נאר א USB-C טייפ USB נישט קיין A טייפ.

די גאוי ווערסיע איז דא אוועליבעל מיט LTE גערופן Surface Go LTE און איז טייער בערך 7 מאות





מייקראסאפ גרייט זיך ארויס צוגעבען די נייע Surface Duo וואס איז א טעלעפאון מיט צוויי סקרינס וואס לייגט זיך צוזאם אויף ביידע זייטען און קען זיין ווי א טעבלעט. די נייע דאל סקרינס וועלן ראנען א נייע OS גערופון Windows 10 X

די נייע Surface Neo איז מער א טבעלעט -לעפטאפ מיט צוויי סקרינס וואס האט אויך א קיבארד


פאר די קויפסט עפעס מאך זיכער צו די האסט די זאכן וואס קומען מידט די פען אין די קיבארד.


א איבערבליק אויף די אנדערע קאמפעניס

דעלל DELL עדזש-פי HP עסאס ASUS לענאווא Lenovo עסער ACER

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020