לעפטאפס איבער-בליק אויף lenovo לענאווא


ווי יעדע אנדערע פירמע האט lenovo מערערע סארט לעפטאפס, און יעדע איז געמאכט פאר א צווייטע סארט באנוץ און האט אנדערע פרייזן און אנדערע ספעקס.


אין יעדע מאדעל איז כסדר דא נייע און בעסערע דיספלעיס און בעסערע פראסעסער'ס ווי א יאר שפעטער , און אין יעדע סארט איז דא מיט אנדערע סארט פראסעסערס און מער אדער ווייניגער רעם RAM און אנדערע סקרין סייזעס און טאשט וכו' וכו'


פארן קלויבן א לעפטאפ דארסטו וויסן אויב די דארפסט טאקע א לעפטאפ, קאנווערטיביל א 2 אין 1 , אדער איינס וואס די קיבארד קען ווערן די-טעשטעד, אדער גאר א קראום בוק, אדער א טעבלעט און לויט דעם גיין ווייטער.

**


לענאווא איז א טשייניזע פירמע און מאכט אסאך זאכן נישט נאר קאמפיטערס .

רוב לעפטאטס פון זיי איז 14 אינטש און וועט זיין א SSD און אפי' רוב זיין די ISP דיספלעי וואס איז קלארער (ניצט מער בעטערי ווי TN)

זייערע לעפטאפ'ס איז געווענדליך גרינג, און נישט זייער דויערהאפטיג פון פאלן, אבער גאנץ גוט אויב ס'ווערט נאס און הייסט א שטארקע כלי.


זייער בעסטע גאנג-בארע לעפטאפ איז די ThinkPad מאדעל, און זייערע זאכן לויפט מער צו די ביליגערע זייט פרייזן און גאנץ פיינע ווארענטי און זייער גיטע קאנסומער-סערוועס


זיי האבן א ריזיגע סלעקעשן פון לעפטאפס און צילן שטארק די ביזנעס יאזערס.

זיי לויפן בערך די זעלבע ווי HP, איך גלייך מער HP ווי לעננאווא, און HP איז בעסער אין גרעפיקס אבער לענאווא וועט זיין ביליגער ווי HP, סאוי אויב די זיכסט צו גיין ביליגער איז לענאווא די אפציע און אויב זיכסטו א ביזנעס סטייל לעפטאט איז די טינק-פעד די מהלך.


אין וועב סופארט זענען זיי גוט אבער נישט אין פאון סופארט, די קענט אפגרעטען פארט'ס און נישט אזוי שנעל VIOD'ן די ווארענטי

לענאווא האט זייער אסאך מאל אויף סעיל זייערע זאכן.


******

זייערע לעפטאפס איז איינגעטיילט אויך מיט נעמען און לעטטערס ס'איז איינגעטיילט און די X און די T און און P און E .




די ThinkPad X1 Carbon איז זייער אולטרא בוק מיט די שענסטע ספעקס' .

די קארבען האט די LTE אפציע

און גייט בערך 12 13 שעה בעטרי



די X1 Extreme איז די שטערקטע ווערסיע ווי די קארבען מיט א עקסטערע גרעפיגס קארד

1050 Ti Max-Q,

כמעט די זעלבע ווי די P1 וואס האט א Quadro P2000


די קענסט טארזשען מיט די 135 W טארדזער פאר העווי באנוץ אדער מיט די נייע C טייפ טארדזער ווען די ניצט נישט העווי אדער דורך די נאכט.

(ס'ניצט עקסטערע דאנגעל פאר די נעטווארק , צו קענען מאכן געוויסע MAC אפציעס)

די קענסט האבן HDR 4K אדער א מאט FHD סקרינס.

סנישט קיין קאנווערטיביל.

פינגערפרינט רידער מיט ווינדאויס העלאוי קעמערע.

פלאץ פאר צוויי SSD'ס

בערך 6 אדער 7 שעה בעטערי.

וועג 4 פאנדס

האט נישט קיין LTE אפציע

די GEN 2 האט א בעסערע דיספלעי אפציעס מיט א בעסערע גרעפיק קארד




די בעסטע טייערסטע זענען די X ווערסיע'


די T איז איינס נאך די X און איז אביסל שוואכער ווי די X


די E זענען די מער ביליג'ע די E דארף צו הייסן פאר יעדעם, און איז נישט דא מיט טאשט סקרין אפציע'ס

און די A איז AMD פראסעסער'ס מיט מער סעקיארטי פיטשערס


די P מאדעלס זענען פארטעביל ווארקסטעשנס ווערסיע מיט שטארקע ספעקס, און האט די ריקווייערמענטס פון געוויסע קאמפעניס אז ס'קומט נאך די שטארקייט א שטייגער ווי אוטא-דעסק מיט די NVIDIA Quadro גרעפיק קארדס און האט די עקסיאן פראסעסערס אפציע .


די ThinkPad

די טינק פעד ThinkPad X וואס איז די זייער גיטע איז די ביזנעס סארט לעפטאפ ווערסיע וואס הייסט זייער א שטארקע כלי און דויערהפטיג

און די ThinkPad 1e פאר מער סטאדענט ווערסיע'ס


X1 זענען די טעבלעט ווערסיעס

.

די IdeaPad


זענען די בעסיק לעפטאפס, און געמאכט פאר פושטע באנוץ ווי אימעלס וכדומה

די לעפטעפעס פרייז און גוט'סטקייט גייען אין א סדר לויט די נאמבער, ד.ה. ווי א העכערע נומער אלץ א שטערקערע כלי איז עס, פון די נידריגסטע 100 מאדעל ביז די 900 יעצט אין 2019 און איז דא אויך אלץ 2 אין 1 ווערסיעס.


Flex און YOGA


די פלעקס איז די מער פישטער מיט די טאש-סקרין און קאנווערטיביל און איז מער די בילגערע ווי די יאגע, וואס איז זייער פלעקסביל און גרינג די יאגע האט LTE אפציע און לאנגע בעטרי-לייף. און איז טאש מיט א סטיילעס פען.


די יאגע איז נישט זייער א שטארקע מאשין, און נישט די שענסטע אין די מארקעט, די עקיר מעלות איז די מא-ביליטי ווי בעטערי און LTE Wi-Fi 6 און גאנץ אפיינער פרייז.


די יאגע גייט אויך אין די X ווערסיע


למשל די C640 קענסטו האבן די איי 3 5 7 און 16 גיג רעם און איז אינטריק די קענסט ניצען א סערפוס פען אויף דעם. 840 איז די פרייז

(די יאגא איז אויך דא אלץ א קראום בוק)



די Lenovo Legion איז געמינג לעפטאפ.



דעלל DELL עדזש-פי HP עסאס ASUS

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020