טוישן די ספלעש-סקרין פאר פאטא-שאפ

ווען די עפעענסט אויף פאטא-שאפ (photo shop) איז דא דארט א בילד וואס די קענסט טוישן אויב די ווילסט.




צו טוישן די בילד וועסטו דארפן ריפלעסן דריי פיילס אינטער די ריסארס פאלדער פון די פראגרעם.


אונז העלן דא ווייזן ווויאזוי מ'מאכט דאס אין 2018 אבער די זעלבע איז פאר 2017 און ארויף.


קודם מאך א קאפי פון די ריסארס פאלדער צו קענען צורקלייגן אויב ס'טויג נישט

גיי צו

C:\Program Files\Adobe\Adobe Photoshop CC 2018\Resources


און קאפי די פאלדער.




די קענסט עס ריפלעסן די דריי פיילס מיט איינער וואס האט שוין מאדעפעצירט די פיילס, אדער מאכן דיין אייגענע.




אויב ווילסטו נעמען פון איינעם זיינע קאפי די דריי פיילס און ריפלעס עס ביי דיר מיט די פרישע פיילס (די אנדערע צוויי קענסטו דארט לאזן)

  • IconResources.idx

  • PSIconsHighRes.dat

  • PSIconsLowRes.dat


אויב ווילסטו מאכן דיין אייגענע בילד, דארפסטו נעמען די דריי פיילס און עס עקסטערקטען, צו קענען טוישן די בילד.

גיי צו א סייט ווי דאס

http://psccicon.azurewebsites.net/


און נאכן סלעקטען די דריי פיילס (קענסט נוצן די קטרל באטן צו סלעקטען) אפלאוד די פיילס.

נאכן אפלאודן וועט ער דיר דאנלאודען א זיפ פאלדער, און די פאלדער איז דא א פייל מיט צוויי פאלדער'ס.

און די High פאלדער און אויך אין די Low פאלדער זיך אויף די Splash1080Background_s0.png פייל און עדיט די בילד אדער לייג א אנדערע מיט די נאמען.


נאכן עדטיעטן זיפ צוריק די פאלדער און אפלאוד עס צוריק ביי די סייט, און ער וועט דיר געבען א זיפ דאנלאוד מיט די נייע דריי פיילס, IconResources.idx PSIconsHighRes.dat PSIconsLowRes.dat


ריפלעס די פייל'ס און פערטיג, די נעקסטע מאל די עפעענסט פאטא-שאפ וועסטו זעהן די נייע בילד.


(איך האב נאר ריפלעסד די בילד אין די LOW פאלדער ווייל איך האב געזהען אז ביי רוב לאוד די פראגרעם פון יענע פאלדער)



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020