זעהן וועלעכע פיילס זענען אלץ געשערד פון דיין קאמפיטער מיט די איבריגע נעטווארק אדער יאזערס

עודכן ב: 6 אוק 2019

צו זעהן וועלעכע פיילס אנדערע יאזערס און קאמפיטערס קענען זעהן אדער עדיטען דיינע שערד פיילס איז דא א פיטשער אין ווינאדס וואס געט דיר די מעגליכקייט צו זעהן אלע פיילס אויף איין פלאץ.


פשוט אויב די האסט נעטווארק דיסקאווערי אנגעצינגען און די פאבליק שערד אנגעצינדען וועט די פאבליק פיילס זיין שערד, ביי דיפאלט וועט די פאבליק פיילס, זיין שערד און יעדער אויף די נעטווארק וועט קענען עקסעסן די פיילס, אויב ביסטו אין א פרייוועט נעטווארק.


צו זעהן אלע טייפ אריין קאמפיטער מענזשמענט


קליק שערד פאלדערס.


די האסט דריי אפציעס. שערס סעשענס און אפען פיילס.

די שערס Shares וועסטו זעהן וואס די שערסט מיט די איבריגע נעטווארק.


אינטער די שעררס וועסטו זעהן די 'אלע' פיילס וואס ווערן געשערד.

די וועסט אויך אז די גאנצע דרייוו איז געשערד, און וועט האבן א אנדערע אייקן, ס'וועט האבן אזא דאלער סיין א שטייגער ווי די C$ , די דארפסט נישט זארגן פאר דעם, דעס איז פאר די אדמין אקונטס און א פלענע יאזער קען נישט זעהן די פיילס.

(שטייצעך אויב די מאכסט דיינע יאזערס אויף דיין קאמפיטער אדמינס וועלן זיי עס קענען זעהן)


די קענסט סטאפן אדער טוישן פרמישענס פאר עני פיילס וואס איז נישט געמאכט פאר אדמינס.

נאכדעם איז דא די סעשענס פאלדער, די קענסט דארט זעהן וויפל יאזערס נוצען יעצט די שערד פאלדער און די צייט וואס מהאט געפענט און ווער וועלעכע יאזער און ווי לאנג.


די אפען פיילס אפציע וועט ווייזן די פיילס וואס די שערד יאזערס האבן אפן.


די שערס וואס האבן א $ סימבעל מיינט אז די יאזערס אפי' זיי האבן פרמישענס וועלן זיי עס נישט זעהן אין פייל עקספלארער און נאר קענען עקסעסן די פייל אויב זיי קענען די פולע פעט.


די דרייווס' וועט ווערן געשערט און זיין הידן און האבן א דרייוו לעטער. אזוי C$ אויב ס'איז דא אפאר דרייוו וועט אלע ווערן געשערד און האבן די דריייוו לעטטער


די סיסטעם ראט פאלדער איז אויך געשערט און וועט שטיין אזוי ADMIN$


די IPC$ איז פאר נעטווארק טעמפערי קאנעקשנעס פאר אדמינ'ס און ווערט בעיקר גענוצט פאר רימאט קאנעשענס פאר אדמינס.


די PRINT$ שערס איז צו קענען רימאטלי פאר די אדמין קאנטלירען די פרינטערס

די זאלסט נישט דיליטען (מ'קעניש סתם אזוי) און אויב ס'איז אראפ וועט די מאשין מאן א נייע שער, ווען סריבאט.


אויב די ווילסט האבן נאך שער מאנטרינג סאפטוועיר קענסטו ניצען טירד פארטי טולס

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020