וויירוס סקען מיט דיפענדער DEFENDER

עודכן ב: 27 ספט 2019

ווען צו ראנען א סקען מאר מאלווער.

לאמיר זאגן די ניצט ווינדאוס דיפענדער, און זיי געבען דיר א פאפ אפא אז זיי האבן געטראאפן א וויירוס,

ס'מיינט נישט אז די ביסט אנגעשטעגט יעצט, נארמאל וועט ער באזייטיגען די שלעכטע פייל, און וועסט עס טרעפן אינטער די קווערטיין אפציע.


אבער אויב די באקומסט אזא נאטפיקעשן העסטו מן הסתם וועלן זיכער מאכן אז ס'איז טאקע נישט דא מער.

די קענסט האבן א פאר סארט וויירוס א פלענע וויירוס, אדער איז דא עדווער, אדער רענסעם ווער.

(סאיז דא אפאר קאטעקאריעס ווי ווערעם טארדזשהן האורס וכו')


דיין פלענע אנטי מאלווער וועט געווענדליך א דרוך לאזן עדווער אפי ס'קען מאכן זייער נערוועז, און די דארפסט כסדר קלינען די עדווער אפי' האסט א אנטי וויירוס ווייל זיי כאפן זיך אריין.


רענסעמווער איז מער פארגעשריטען, די רענסמווער נעמט דיין גאנצע קאמפיטער, און ער אינקריפטעד עס, און זיי בעטען געלט עס אויס לייזען.


דיין אנטי וויירוס קען גארנישט טוהן אויב ס'איז שוין אינטער א רענסעמווער אטעק, די קענסט נאר האבן בעקאפס פאר דעם.


אין נארמאלע אומשטענדן האסטו נאר איין אנטי מאלווער פראגרעם, ס'איז נישט גוט צו האבן צוויי פראגרעמסט אין די זעלבע צייט.


(קוק צום סוף וואזוי מקען יא האבן געוויסע פיטשערס פון צווויי )


סאוי אויב די ווילסט מאכן א סקען, איז די בעסטע צו מאכן מיט מאלווערבייטס,


https://www.malwarebytes.com/products/

די היים ווערסיע איז פרי.

אבער ס'איז נאך אלץ די בעסטע צו סקענען.


ס'וועט אויך זיכען פאר פאפס. דעס הייסט פאטענשינל אנוואנטעד פראגרעמס, וואס אנדרע וועלן אויסלאזן, ווייל סאיז נישט ממש א וויירוס, אבער ס'איז זאכן וואס די דארפטס נישט.


אויך קענסטו ראנען נאר פאר עד ווער.

https://www.malwarebytes.com/adwcleaner/


שוין נאכען קלינען וועט ער האפנטליך טרעפן אלעס אז נישט טריי צו ראנען אין סעיף מאוד.


אמאל איז צו אנגעשטעקט , דארף מען ראנאן א סקען אין אפפ ליין .


אויב די האסט נישט א אנדערע אנטי מאלווער מאך א סקען, מיט ווינדאוס דיפענדער.


אויב די האסט יא, וועט ווינאוס לאזן די אנדערע פראגרעם ראנען, און דיפענדער וועט זיין אויסגעלאשן.


אויב די ווילסט אויך טשעקען מיט די פענדער, קענסטו מאכן א סקען אפי די האסט א צווייטע, דארפסט אנצינדען די פרידיקטעט סקען , וואס וועט מאכן אז דיפענדער זאל אויך מאכן א סקען כסדר.


קענסט מאכן אויך מעניאלי א ס'קען מיט דיפענדער, קענסט מאכן א פול אדער קאסטעם וכו' אויב ער טרעפט עפעס האסטו אפשען אז דיפענדער זאל עס רימאווען.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020