ווען און ווי און וועלעכע NAS Network Attached Storage


א NAS סיסטעם. און סיגנאלשי




א NAS איז א נעטווארק אטעשד סטארידזש, א NAS איז א באקס, מיט צוויי הארד-דרייוו'ס אדער מערערע דרייווס אין זיך.


דאס הייסט ווען די ווילסט צו לייגען סטארדיזש צו דיין קאמפיטער, קענסטו צולייגען א א הארד-דרייוו אדער א עקסטרענעל דרייו, אבער א NAS איז געמאכט ווען איין דרייוו איז נישט גענוג אדער ווי שפעטער געשריבן פאר אנדערע סיבות א NAS איז א גאנצע סטארידזש לאקציע.


א NAS איז נישט דירעקט אטעשט צו די קאמפיטער, נאר ס'איז קאנעקטעד צו די נעטווארק די מאשין באקומט א אייפי פון די אייפי סערווער, על פי רוב וועט די NAS האבן א געוויסע אפרעטינג סיסטעם א OS וואס וועט קענען אויך שערן פרינטער'ס און האבן רימאט עקסעס, די סיטעסטם'ס זענען א זייער פשוט פאר פלענע באנוצער, און איז געווענדליך א וועב-בעסיד פעדזש וואס די קענסט אליינס אויפסעטען און יעדער אויף די נעטווארק קען ניצען די סטארידזש פלאץ. בעקיר איז עס גוט פאר קליינע אפיסעס און פירסנעל באניץ.


די הויפט מעלות פון א NAS איז סטארידזש, אויך קענסטו אזוי מאכן שערד פאלדערס און יעדער זאל עקסעסען די זעלבע פייל און נישט דארפן האבן די זעלבע פייל ביי יעדע קאמפיטער עקסטער למשל שערן א Word פייל איז זייער גרינג פאר א NAS סיסטעם , אויב די ווילסט סטרימען ווידאוי ווען זיך שוין וויפיל וועלען עקסעסען אויף איינמעל און ביי וועלעכע רעזלעציע.


די דעטא אין די NAS איז קראס-פלעטפארום אין געוויסע, דאס הייסט די קענסט ארבטען מיט די פיילס אין לינקעס אדער אין א מעק אין ניצען די זעלבע פייל אין א ווינדאויס פיסי.


רוב סיסטעמס האבן די אפציע זאלסט קענען עקסעסען די דעטא אינדרויסן פון די לאקעל נעטווארק, סאוי די האסט דיין אייגענע קלאוד סטארידזש.(אויב איז דעס וויכטיג פאר דיר מאך זיכער אז די סיסטעם ספארט אויך פאר מאביל דיווייסעס) און קענסט אויך שערן לינקס פון פיילס מיט פאלדערס פאר אנדערע מענטשען.


למשל די מיי-קלאוד פון וועסטרן-דידזשטעל קענסטו האבן דיין אייגענע קלאוד סטארידזש פאר 2 טערבייט פאר 250

https://www.amazon.com/Cloud-WDBCTL0020HWT-2TB-Personal-Storage/dp/B00EVVGAFI/



זייער א וויכטיגע זאך איז רידאנדענסו דאס הייסט ווען א הארד דרייוו גייט שלאפן, וועסט מאכן א געוויסע RAID אז ווען א דרייוו שטארבט זאלסטו עס קענען ריקאווערן (RAID קענסטו אויך ניצען פאר שנעלקייט, ווען זיך וואס די מאכסט )


באמת איז וויכטיג צו האבן אףף-סייד א רעפליקע פון די NAS וואס איז אנ-סייד, ווייל אויב האלסטו דארט אלע פיילס און לאמיר זאגן ס'צינד זיך נישט אן מער און סאיז א א RAID 5 אפי' די דרייווס זענען אקעי נאר די NAS איז צובראכן ביסטו אן "בעד-שעפ".


יעצט די שאלה וואס די ווילסט דארט האלטן , און ווי אסאך דאטא, אויב די ווילסט סתם סטארידזש און בעקאפס דארף עס נישט זיין עפעס זייער שטארק אבער אויב האלסטו דארט 100טער וודיאוי פיילס וואס די ווילסט סטרימען צו אפאר דיווייסעס דארפסטו קוקען שטערקערע CPU'ס מיט מער RAM


די NAS קומען מיט BAY און ס'איז דא פון איינס און ארויף, די וואס קומען מיט נאר איין בעי איז זייער נישט גוט וויל אויב די דרייוו גייט שלאפן האסטו נישט גארנישט סאוי כאטשיג פון צוויי צו קענען מירעערן mirroring , RAID צו מירען טיישט אז סשפיגעלט אפ אלעס פון די אנדערע דרייוו, דאס הייסט די האסט צוויי דרייוו'ס פון א טערעבייט וועסטו קענען סטארידזשען 1 טערבייט.


געוויסע דיווייסע'ס ווען שוין קומען מיט א דרייוו ווען די קויפסט עס Populated און וועט שוין אויך זיין צומאל פארמאטעט אין א געוויסע RAID קאנפיגעשען , אנדערע וועלן קומען ליידיג Diskless

געווענדליך די NAS דיווייסעס פון הארד דרייוו מנפעקטשערס וועלן זיין פאפילעטעד און אנדערע וועלן זיין דיסקלעס.


אלע דרייוו'ס וועלן ארבטען, אבער די NAS מנפעקטשער'ס וועלן רעקאמענדירן ספעשיל הארד-דרייוו'ס וואס זענען געמאכט געווארן אז זיי קענען ארבטען 24/7/365 וואס א פשוטע הארד-דרייוו קומט עס אן שווערער, און קומט מיט ספעשיל firmware פאר RAID (אין קורצן, א פןשטע דרייוו וועט טרייען צו שרייבן און אויב קומט אן א שלעכטע סעקטער וועט ער טרייען צו עס שרייבן ערגעץ אנדערש אזוי כדר ביז זווערט געשריבן וואס לכבוד דעם קען ווערן א שטיקעל טיימאוט, משא"כ ביי די וועט ער עס איבער געבען פארן RAID קאנטראלער אוןו פערטיג)

און איז דא נאך צוויי זאכן וואס זענען אנדערש, סווייברעט ווייניגער, סאוי סהאלט זיך שטרערקער, און ווערט אויך נישט אזוי הייס ווי פושטע דרייווס.


די הארד-דרייוו מנפעשטשערס געבען ספעשיל נעמען פאר די NAS דרייוו'ס. קענסטו זיכען פאר יעדע קאמפעני זייער טעג נאמען, למשל די Seagate דרייוו'ס פאר NAS הייסן IronWolf" and "IronWolf Pro די איירין-וואלף איז פאר היים באנוצער און די פראוי איז פאר ענטערפרייז.

די דרייווי'ס פון די קאמפעני HGST הייסן די Deskstar NAS line און טאשיבא איז די N" series

און וועסטערן-דיזשטאל WD Red פאר היים באנוצער און די WD Red Pro פאר ענטרפרייז.


(ס’איז דא א טערמין פון drive shucking ד.ה. וויבאלד די עקסטערנעל דרייווס זענען די בעיר דרייווס און זענען ביליגער ווי די פרמיעם'ס סאוי מנעמט ארויס

https://www.howtogeek.com/324769/how-to-get-premium-hard-drives-for-cheap-by-shucking-external-drives/)



די קעפעסטי capacity איז ביי יעדע פירמע אנדערש די קענסט האבן ביז 14 TB ביי סיגעט. (הייסט די ערגסטע)

די NAS וועט האבן USB קאנעקטערס און איטענעט פארטס פאר די נעטווארק און צומאל צויי ביי די בעסערע פאר ספיד אדער אויב איינס סטאפ צו ארבטען, געווסע טייערע וועלן האבן א 10 גיגעביט איטערנעט פארט און געוויסע אפי' א PCI סלאט און געוויסע מיט א HDMI

די USB ווען זיך אין די מאדעל און סקען גענוצט ווערן צו לייגען דארט א פרינטער (print server) אדער עקספענדען פאר נאך סטארידזש.


פארן קויפן דארפסטו קוקען וועלעכע זאכן זענען פאר דיר וויכטיג און אייביג רעכנען פאר פלאץ אויף שפעטער, איך חשבון אויב דארף איך יעצט א טערבייט העלך קויפן איינס מיט פלאץ פאר 2 און אזוי ווייטער.

אויב דארפסטו א רעיד קאלקליטער קענסטו דא גיין

http://www.raid-calculator.com/

אדער די גאר שיינע פון סינעלאדזשי

https://www.synology.com/en-us/support/RAID_calculator

די SHR איז א סינאלעדזשי קאסם טייפ RAID


איינע פון די גרויסע NAS מנפעקטשערס זענען Synology זיי מאכן בעקיר NAS סיסטעמס זייט 2000 זיי האבן דיסק סטעשענס און רעק-סטשעNAS, די דיסק סטשענס זענען די קלענערע פון אנגעהויבן ביי 1 בעי.

די סיסטעמס האבן א Linux סיסטעם (DiskStation Manager ) DSM , און די קענסט צולייגען אסאך פלאגינס.


זיי האבן אויף זייער סייט א לייוו דעמאוי, ווי די קענסט זעהן וויאזוי סוועט אויסקוקען די וועב אינטערפעיס.

https://demo.synology.com/en-us/dsm?utm_source=feature&utm_medium=cloud_service


צו אויפסעטען איז נשיטא קיין סך, קאנעקט עס צו די נעטווארק און די גייסט דורך א וועב פעדזש זיך קאנעטען צו די NAS

http://find.synology.com/

און לייג א יאזער נעים און פעסווארד פאר די administration account

(אויב די לייגסט די זעלבע יאזער נעים און פעסווארד פון די ווינדאויס מאשין וועט מען קענען עקסעסען די פיילס אן א יאזער נעים מיט פעסווארד)

די Quick Connect ID איז געמאכט זאלסט קענען עקעסען פון די אינטערנעט די NAS פיילס און האבן א דיינעמיק אייפי פון סינאלעדזשי און נישט דארפן וויסן די IP

די וועסט באקומען די אפציע צו אינסטאלן זאכן און אפדעיטן מיט א קורצע טאר, און פערטיג.

די סיסטעם וועט אליינס מאכן א RAID אויסשטעל וואס איז די בעסטע לויט וויפל דיסקס די האסט אריין געלייגט, אבער אויב די וויסלט קענסטו עס טוישן אין די סעטטינג.

ביי דיפאלט ווען גלייך זיין שערס פאר די אדמין אקונט און די קענסט גיין דערצו מיט פייל עקספלארער דורך לייגען די צוויי בעקסלעשעס און די נאמען פון די NAS וואס די האסט געגעבען

קוק דא פאר א ליסט פון פיסימעג פאר קלענערע



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020