וועלכע אימעל טייפ צו נוצען איימעפ, פאפ 3 imap or pop 3

עודכן ב: 4 אוק 2019


אן אריין גייין טיף וואזוי אימעל'ס ארבעטן, איז לאמיר קודם פארשטיין וואס די חילק פון א אימעל קלייענט אדער א וועב מעיל.


ווען די באקומסט א אימעל איז דא צוויי חלקים, ווי איז די אימעל ? און פון ווי זעסטו עס ?


א 'אימעל קלייענט' איז א אפליקעשן וואס די האסט אויף דיין מאשין, און די 'זעסט' פון דארט די אימעל. און די אימעל קען זיין סיי לאקעל, און סיי אין די סערווער, און דורך די פראגרעם.קלייענט זעסטו עס.

משא"כ וועבמעיל זעסטו עס דורך א וועב פעידזש וואס למשל דזשימעל אדער אוטלאק דאק קאם אין ליגט בכלל נישט ביי דיר.


אמאל איז געווען די מהלך פון אימעלס אז א פראויידער האט געהאט א סערווער ווי ס'פלעגט אנקומען אימעלס און די האסט געהאט א קלייענט פראגרעם וואס האט זיך קאנעקטעד צו יענע סערווער און די קלייענט האט ביים זיך קאנעקטעד אראפ געלאוד צו דיין קאמפיטער אלע אימעלס פון די סערווער אין מיט די קלייענט האסטו עס געליינט.


דאס הייסט איינער האט געשיקט א אימעל צו די סערווער, און מיט די פראגרעם האסטו זיך קאנעקטעד צו די סערווער און האסט געלאוד די אימעלס און האסט עס געהאט ביי זיך און געזהן.


די פראטאקל וויאזוי די אימעלס ווערן געלאוד איז געגאנגען דורך פאפ, און שפעטער געווערן פאפ 2 און 3 .


די חסרון פון דע מהלך איז געווען אז אלע אימעלס זענען געווארן געלאוד צו יענע קאמפיטער מיט וואס די קליינעט פראגרעם האט זיך קאנעקט, און זיך אויסגעמעקט פון די סערווער. און אויב האסטו עס געוואלט זעהן נאכאמאל די אימעל פון א צווייטע מאשין האט עס די סערווער מער נישט געהאט האסט נאר געקענט עס זעהן פון יענע קאמפיטער צו ווי סהאט זיך געלאוד, און אפי' שפעטער ס'איז געווען סעטינגס אנצושטעלען אז ס'זאל נישט אויסמעקען די פיילס פון די סערווער בשעתן לאודן האט עס נישט געסינקט די זאכן וואס די האסט געהטון מיט די פייל אויפן קלייענט פראגרעם, סאוי אויף דיין קאמפיטער האסטו געהאט איין ווערסיע פון דיינע פיילס און אויפן סערווער איז עס געבלין אום געטוישט .


אלזא האטא מען געמאכט די נייערע IMAP פראטקאל . (ווען די סערוועס פראוויידער האבן נישט געהאט קיין פראבלעם אז אלע אימעלס בלייבן ביי זיי,) און ווען די קאנעקסט זיך צו די סערווער וועסטו נישט דאנלאודן די פייל נאר עס פשוט זעהן מיט דיין פראגרעם, (די קענסט אויך דאנלאודן די פיילס אז די ווילסט אבער די עצם אימעל בלייבט דארט) און די קענסט זעהן די פייל פון עני קלייענט און מאכן דארט די קאנפיגערשענס אויף די פייל און וועט (ווייזן) זיין ביי אלע קליינטס די זעלבע.


די Microsoft Exchange, MAPI, Exchange ActiveSync זענען מייקאראספט סערווערס וואס סינקען אלע זאכן פון די אימעלס ווי קעלענדער און איז א מייקראסאפט פראטקאל , און ארבעט אזויווי איימעפ.


די קענסט אויסקלויבן ביי יעדע אקונט וועלעכע פראטיקאל צו נוצען.




יעצט ווען די קאנפיגערסט אז זדשימעל אקאונט זאל ארבטען מיט א צווייטע קלייענט למשל מיט אוטלאק גייסטו וועלן מאכן איימעפ, אזוי בלייבט די אימעלס ווייטער אין די גוגל אקונט און סיי די זעסט עס ביי דיר אין אוטלאק.



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020