.ווינדאס פייער-וואל, בעסיק

עודכן ב: 3 אוק 2019


ווינדאס פייער וואל windows firewall איז געמאכט צו האלטן די קאמפיטער סעיף פון די נעטווארק, און אז ס'זאל נישט קענען אריין קומען קיין שום טרעפיק וואס די פייער וואל לאזט נישט אריבער.


אמאל האט מען געדארפט האבן טירד-פארטי סאפטווער פאר דעים, אבער היינט ווערט עס שוין קעיר גענומען דורך ווינדאס.


די פייער וואל ראנט אין די בעקראונד און וועט כמעט נישט זיין זעהבאר פאר א פלענע באנוצער.


אויף די פייער וואל דיילאג באקס וועסטו זעהן אויף וועלעכע נעטווארק די ביסט און צו עס איז אנגעצינדען.


אויב האסטו א אנדער סעקיארטי סאפטווער וואס האט אויך א פייערוואל וועט ווינאודס דיסעבלן זיין אייגענע פייער-וואל און לאזן יענע פייערוואל קעיר נעמען כדאי סזאל נישט זיין קיין קאנפליקטס.


ווען די אינסטאלס א סאפטווער אדער פראגרעם וואס דארף האבן אינטערנעט אדער נעטווארק קאנעקשען וועט די פראגרעם צו לייגען זיינע ראלס און עקסעפשענס צו די ליסט פון די פייערוואל אז סזאל קענען אריבער גיין.


אויב האט די ראל נישט צו געלייגט זיינע עקסעפשענס וועסטו באקומען א פראמפט פון די פייער וואל וואס וועט זאגן אז ס'איז געבלאגט ווען די טרעפיק פון יענע סאפטווער וועט טרייען דורך צו גייען, און צו די ווילסט עס אודרך לאזן.


די וועסט האבן די אפשען צו מאכן א טשעק פאר פרייועט נעטווארק אדער ביידע אויך פאר פאבליק נעטווארקס.


די פרייוועט מיינט אז די פראגרעם וועט אריבערגעלאזט גיין ווען די קאנעקסט זיך צו א פרייוועט נעטווארק, און פאבליק מיינט אז ווען די קאנעקסט זיך צו א פאבליק נעטווארק.


די קענסט אנשטעלען ווען די קאנעקסט זיך צו א נעטווארק, צו ס'איז א פאבליק אדער פרייוועט נעטווארק, און לויט דעם וועט די ראלס פון די פייער וואל ווערן אפלייט.

(די קענסט עס אלץ טוישן.)


די קענסט צולייגען פראגרעמס אדער אראפ נעמען פון די ליסט דורך די לינק אידערזייט אלאוי א אפפ אר פיטשער טראט ווינאס פייערוואל.

דריק די לינק, און די באטן טענזש סעטינגס וועסטו קענען מאכן א טשעק און צולייגען זיי פרייוועט און סיי פאבליק


די אלע וואס האבן א טשעק ביי די לינקע זייט , מיינט אז די זענען אין די ליסט פון ווינאס און זענען שוין אנגעשטעלט צו זיין געבלאקט אדער אפן.


אויב זעסטו נישט די פראגרעם אין די ליסט קענסטו דריקן אלאוי אנדער אפפ , און לייגן די פעט פון די אפפ און קליקען אדד.

אויב די ווילסט אויסלעשען פאר א געוויסע סיבה די פייערוואל קענסטו, אדער פון קאנטראל פעניעל, אדער פון דיפענדער קאנסיל.

די קענסט אויסלעשן פאר פאבליק אדער נאר פרייוועט נעטווארקס אדער ביידע.



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020