וויאזוי צו מאכן א נעטווארק-מעפ-דרייוו map a network drive

עודכן ב: 6 אוק 2019

א מעפ-נעטווארק דרייוו איז ווי א שארקאט צו א פאלדער וואס איז לאקעדטעד אין א צווייטע קאמפיטער\סערווער אויף די נעטווארק.


למשל די האסט א פאלדער אין א צווייטע קאמפיטער וואס די שערסט, אדער א פייל סערווער ווי די האלטס פיילס.

אנשטאדט אריין לייגען יעדע מאל די אדרעס פון די קאמפיטער און די פייל-פעט, מאכסטו איינמאל א מעפטד-דרייוו און די דרייוו וועט זיין אייביג אין די ליסט פון דרייוו'ס.


צו מאכן די מעפד דרייוו מאך קודם זיכער אז ס'אזי טאקע שערד, און האט פרמישענס פאר די יאזער וואס די ווילסט.


אין פייל עקספלארער דריק די מעפ נעטוארק דרייוו.



ס'וועט לייגען ביי דיפאלט די לעצטע עווליבעל דרייוו-לעטער, און די וועסט דארפן לייגען די נאמען פון די קאמפיטער, אדער אייפי, מיט צוויי בעקסלעש'ס און די פייל פעט.



און ס'וועט ארויף קומען .


אדער דריק בראז און גיין צו די פאלדער.



נאכדעם וועסטו האבן די דרייוו אין די ליסט אינטער דיס פיסי



אויב איז די דרייוו שערד מיט א פעסווארד וועסטו דארפן לייגען די יאזער מיט די פעסווארד אינפא.



(די קענסט מאכן אז די פעסווארד זאל זיך סעווען ביים לייגען די פעסווארד און די פעסווארד ווערט געסעווד אין די ווינדאס קרידענשעלס.


Control Panel\All Control Panel Items\Credential Manager)


די אפציע פון ריקאנעקט עט סייאין, איז אויב די ווילסט אז ווען די סיינסט פריש אריין און ווינדאס צו ס'זאל צוריק ארויף קומען די דרייוו, אדער נאר ביז ווי לאנג די ביסט אריין געסיינט יעצט די איינמאל.


קאנעקט יאזינד דיפרענט קרעדענשילס איז אויב די האט געסוועט די קראדענשילס (די פעסווארד) אין די קראדענשילס מענזער און ווילסט אריין סיינען מיט א אנדערע יאזער אדער פעסווארד , אדער אויב האסט געטוישט די פעסווארד.



צו אראפ נעמען די דרייוו קענסטו אדער א רייט קליק און דריק דיסקאנעקטד אדער פון די דראפ דאון אויבן ביי מעפ א נעטווארק דרייוו.



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020