וואס איז א מעקראוי Macro און ווי קומט עס צוניץ

א Macro איז אין קורצן א סקריפט וואס טוט ראנען אפאר זאכן צו מאכן שנעלער זאכן וואס די טוסט אפט.


די סקריפט ווערן געשריבן אין די ווי-בי-עי שפראך Visual Basic for Applications) VBA) און ארבעט אין אלע אפיס פראגרעמ'ס, און אין GOOGLE SHEET.עס קען פארמעטען די לעאויט און טהון זאכן וואס די הייסט מיט א קליק וועט עס טהון די אלע זאכן.

אין עקסעל קענסטו מאכן גאנצע קאלקעלעשענ'ס מיטן איינמאל אריין שרייבן די פארמעלעס און וועט עס ראנען ווען די ראנסט די מעקראוי.

עס קען אויך גענוצט ווערן צו עפענן פראגרעמס ווי למשל דא די קאלקעלטער, און די אנדערע מעקראוי וועט היילייטן אויב ס'איז דא דאבעל פון די זעלבע וואס ס'איז סלעקטעד .


די קענסט עס נוצן אין WORD אויב די ווילסט ס'זאל מאכן אלע פאנט'ס א אנדערע סייז אדער מאכן די פעפער סייז אנדערש ארויס נעמען אלע דאבעל ספעסעס וכו'

צו שרייבן די קאוד איז דא אריינגעבויטע טול אין אפיס די Visual Basic Editor .

די מעקראוי קען ווערן געשריבן אויף צוויי וועגן.

1 די ריקארדסט אלעס וואס די טוסט און עס ווערט אפגעשריבן אלץ א מעקראוי דאס איז מער פשוט און פאר איינער וואס קען נישט שרייבן די VBA שפראך, קען ריקרארד'ן איינמאל די זאכן וואס ער טוט און עס סעוו'ן און ראנען די ריקרדעטע מעקראוי שפעטער.


2 די שרייבסט ( אדער א צווייטער און די פעיסט עס אריין) עס מ'כתחילה אין די VBA שפראך.

צו ארבעטן און שרייבן מיט די מעקראויס קענסטו עפענען די VBA עדיטעטר מיט די שאר-קאט Alt + F11.

פיילס וואס האבן מעקראויס און די פייל קומט נישט פון דיין קאמפיטער זענען דיסעבילד וויבאלד ס'קען האבן וויירוס'ס די פייל און אויב קען עס ראנען די מעקראוי קען טהון זאכן וואס די ווילסט נישט.

א מעקראוי קען ווערן געסעוועד אין 3 פלעצער אין עקסעל 1 Personal Macro Workbook דאס וועט עס סעווען די פייל אלץ א היד'ן פייל מיט די מעקראוי און וועט אלץ זיין אוועליביל די מעקראוי צו ראנען אין אלע נייע פיילס. 2 New Workbook וועט מאכן א נייע דאקמענט פאר די מעקראוי . 3 This Workbook וועט סעווען די מעקראוי נאר צו די פייל וואס די ארבעסט יעצט.

אין ווארד איז דא צווי אפציעס, אדער צו די נארמעל טעמפלעד דאקמענט אדער די יעצטיגע.

די געסט א נאמען פאר די מעקראוי אדער לאז די דיפאלט נאבער. די קענסט נישט לייגען ספעס אין די נאמען.


צו ריקאדן א מעקראוי אדער ארבטען מיט מעקראויס קענסטו אינטער די VIEW טעב אדער צו לייגן די דיוועלפער טעב פאר מער.


נאכן מאכן די מעקראוי קענסטו עס ראנען פון די ליסט אונטער די מעקראוי'ס און קליק ראן. אדער שארקאט קי אדער באטען אין ווארד .

די קענסט עס אויך עדיטען דארט און צו שרייבן אדער אראפ נעמען לויט דיין געשמאק.


ביים צו מאכן די פייל וועסט עס סעווען אלץ .XLSM פייל אויב די ווילסט די מעקראוי זאל בלייבן און די האסט נישט גארנישט אנגעשטעלט א מעקראוי דעסטינציע.


אויב האסטו מער ווי איין מעקראוי וועט עס זיין צוטיילט אונטער א ליין אין די מאדעלס


(אויב די גייסט סעווען א מעקראוי פון פערסענעל מעקרוי בוק, און די גייסט אנהיידן די דאקמענט צו קענען ארבטען מיט די מעקרוי וועט יעדע מאל די עפענסט א נייע דאקמענט עס הייסן Personal.xlsb ) אויב די גלייכסט עס נישט קענסטו אינטער די VIEW עס היידן די דאקמענט און נעקסטע מאל די עפענסט וועט זיין ווי נארמאל.



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020