וואס איז א ווי פי ען. VPN- VIRTLE PRIVER NETWORKING

עודכן ב: 4 אוק 2019

א ווי-פי-ען טיישט א ווירטאלע פרייוועט נעטווארק.

ווען ניצט מען עס און ווער דארף עס, העלן מיר מאכן א קליינע הקדמה.


ווען די ביסט קאנעקטעד מיט דיין קאמפיטער צו דיין ראטער מיט נאך קאמפיטערס, הייסט די נעטווארק א LAN, א לאקעל איריע נעטווארק, ד.ה. אז די נעטווארק איז לאקעל און קיין שום דרויסינדיגע טרעפיק פון די אינטערנעט האט עקסעס צו די קאמפיטערס, נאר דורך די ראטער. און אלע נעטווארק קאנעקשענס פון איין קאמפיטער צום צווייטען איז פרייוועט.


למשל ווען די האסט א שערד פאלדער אין דיין נעטווארק און די ביסט אינדרויסן פון די נעטווארק, און די ווילסט קענען עקסעסן יענע שערד פאלדער דורך די אינטערנעט וועסטו נישט קענען ווילאנג די ביסט נישט א חלק פון יענע לאקעל נעטווארק.


פאר די סיבה אזי געמאכט געווארן די זאך פון א VPN , דעס הייסט אפי' די ביסט אין א צווייטע לאקשען, לאנד, בילדינג, נישט קיין חילק ווי ווייט זאלסטו קענען זיין קאנעקטעד צו דיין פרייוועט נעטווארק.

די וויפיען מיינט א ווירטאל (ווירטאל טיישט: למשל'דיגע) פרייוועט נעטווארק.


ס'ארבעט אז די שטעלסט אן אין דיין קאמפיטער, סערווער, פאון, אז די ווילסט זיך קאנעקטען צו יענע און יענע נעטווארק, און וועסט באקומען א לאקעל אייפי פון די ראטער אדער DHCP סערווער, און באמת זיין א חלק פון יענע נעטווארק.


כדאי די טרעפיק וואס פארט אווער די אינטערנעט זאל נישט יעדער זעהן און קענען ליינען וועט די קאמפיטער אינקריפטען אלע טרעפיק וואס די שיקסט דורך, און בשעת ס'איז אין די אינטערנעט וועט עס זיין אינקריפדעד און אזוי וועט עס זיין פרייוועט צו דיין נעטווארק, און די זעלבע זאך וועט ווערן אינקריפטעד די אינפארמשען וואס ווערט געשיקט פון דיין אפיס צו דיין מאשין.


פארדעם איז עס מכתחילה געמאכט געווארן, למעשה ניצען רוב מענטשען א וויפיען פאר א צווייטע סיבה, צו קענען טוישן זייער לאקציע און קענען דאנלאודן פיילס אדער זאכן וואס געוויסע לענעדער בלאקן, למשל אז אין טשיינע איז למשל געבלאגט א געוויסע סייט, קען דער טשייניזער זיך קאנעקטען צו א אפיס דא אין אמיריקע און ווען ער וועט בראזען א סייט, וועט עס בראזען אזוי ווי עני קאמפיטער אין יענע נעטווארק, (וועט טאקע זיין אסאך שטייטער) אדער ווען די ווילסט נישט מזאל זעהן ווי די ביסט.


יעצט אויב די ווילסט זיך קאנעקטען צו א וויפיען איז דא אפאר סיבות, און אנדערע מהלכים.


אויב די ווילסט זיך קאנעקטען צו דיין אפיס פו א צווייטע פלאץ, וועסטו דארפן אויפסעטען אין דיין אפיס א וויפיען סערווער צו ווי די וועסט זיך קאנעקטען.


אויב די ווילסט זיך קאנעקטען צו א וויפיען ווייל די ווילסט טוישן דיין לאקציע ,אדער בהאלטן טרעפיק, קענסטו זיך קאנעקטען צו א וויפיען פראוויידער און ניצען יענע סערווער.


פאר די קאנעקסט זיך צו א פראוויידער דארפסטו זיכער מאכן , צו יענע פראוויידער איז טראסבאר,.


אויב די ווילסט אז אפי' דיין נעטווארק פראוויידער זאל נישט קענען זעהן וואס די טיסט זיי וויסן אז ער קען זעהן ווי די קאנעקסט זיך אבער נישט וואס די דאנלאודסט.


אויב די ניצט א פרי וויפיען מאך זיכער אז סהאט נישט קיין זייטיגע עפעקטס, גיטע זענען


https://strongvpn.com/

https://www.expressvpn.com/

וויפיען קומט אויך צוניץ פאר רימאטדעסקטאפ קאנעשענס.


אויפסעטען אדער זיך קאנעקטען צו א וויפי ען אין ווינדאויס

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020