וואזוי צו אויפסטען א VPN אין ווינאס אדער זיך קאנעקטען.

עודכן ב: 4 אוק 2019

נאכן אפמאכן אז די דארפסט טאקע א VPN דארפסטו נעמען אין-באטראכט וואזוי די ווילסט אויפסעטען דיין וויפיען. אויב די ווילסט ניצען א VPN פראוויידער און זיך קאנעקטען צו זיי, אדער קאנעקטען צו דיין אייגענע אפיס און דארט אויפסעטען די וויפיען.


אויב די ווילסט אויפסעטן א VPN סערווער ביי דיר דארפסטו זיכער מאכן צו האבן גיטע אפלאוד און דאנלאוד ספיד, ווייל די אפלאוד איז געווענדליך שטייטער ווי די דאנלאוד.


אויך קענסטו אויפסעטען די VPN סערווער ביי א האסטינג פראוויידער און זיך קאנעטען אהין.


אויב די ווילסט מאכן א סערווער אליין, קענסטו דורך די ראטער, געוויסע ראטערס סופארטען VPN .(קענסט אויך טוישן די פירעם ווער צו איינס וואס סופארט יא , קוק אויב דיין ראטער לאזט דיר לייגען dd-wrt


אדער קענסטו מאכן א ווינאס מאשין די VPN סערווער, אדער מיט די ווידנאס אפציע אדער דורך טירד פארי סאפטווער, א שטייגער ווי OPENVPN.


די קענסט אויך מאכן א רעסברעי-פיי פאר א VPN סערווער.


אויב די ווילסט מאכן א ווינדאס דעסקטאפ קאמפיטער פאר א סערווער VPN מיזטו זיכער מאכן אז ס'איז אייביג אנגענצינדען, און אפטודעיט, און שטארקע סעקיערטי ראלס אז מזאל זיך נישט קענען אריין כאפן צו דיין נעטווארק נאכן זיין אפן צו די אינטערנעט.


די ווינאס VPN אפציע האט די PPTP, פוינט טא פוינט פראטקאל. אנדער האבן מער אפציעס. און ווי סהייסט איז די PPTP מער אלט און נישט אזוי סעקיאר ווי די אנדערע.


וועסט אויך דארפן פארוועדען די פארט אין די ראטער.


צו מאכן דיין ווינאס 10 א VPN סערווער גיי אין קאנטראל פעניל ביי די נעטווארק אדאפטער'ס (שארקאט טייפ ncpa.cpl)


דריק אלט וועט ארויף קומען די אפציס


אינטער פייל דריק נייע אינקאם קאנעשען.


סלעקט וועלעכע יאזער אקונט זאל קענען מאכן די קאנעשן, ס'איז גוט צו מאכן א נייע יאזער נאר פאר דעם, און מאכן גאר שטארקע סעקירטי פאליסיס פאר די יאזער.


די מאכסט א טשעק ביי אווער די אינטערנעט, און דריקסט נעקסט,.


נאכדעם קענסטו אנשטעלען וואס די יאזער זאל קענען עקסעסען , און וועלכע פראטקאל אייפי 4 און 6 , (די קענסט אנשטלען וואזוי די ווילסט פאר סעקיארטי) און דריקען אלעוי עקסעס.


קענסט אויך אנשטעלען די אייפי אפציעס.


נאכדעם דארפסטו אנשטעלען וועלעכע קאמפיטער די VPN סערווער איז אין די ראטער צו קענען פארוועדען די פארט צו יענע מאשין.


אין די ראטער וועסטו מאכן פארט פארוועדינג פאר פארט 1723 צו די VPN סערווער.


ס'איז גוט צו מאכן אז די פארט זאל נישט זיין דריעקט אפן, נאר מאכן אז די פארט זאל די ראטער טוישן צו די ריכטיגע פארט, דעס הייסט די עקסטערנעל פארט וואס די דרויסינדיגע זאלן לייגען און די ראטער וועט עס שוין טוישן צו 1723 .


סאוי מאך די עקסטערנעל פארט זאל זיין למשל 32356 און די אינטערנעל 1723 און די קאנעקסט זיך צו די סערווער מיט פארט 32356 און די ראטער וועט עס שוין מסדר זיין, דעס וועט טוישן די דיפאלט פארט אז מאלוועיר וואס סקענען די פארט זאלן נישט זעהן אז סאיז אפן די פארט פון VPN.


נאכן אויפסעטן די VPN סערווער קענסטו קאנעקטען די קלייענט קאמפיטער זייער גרינג, דארפסט וויסן די פאבליק אייפי פון די ראטער, אדער DNS נאמען, (קענסט ניצען א DNS service פאר דיין ראטער אויב די האסט נישט קיין סטעריק)


גיי צו די VPN סעטינגס


לייג אריין די אינפא,


געוויסע טירד פארטיס קאנעשן האבן א אייגענע דעסקטאפ קלייענט, קענסטו ניצען זייער אפליקעשן.


קאנעשן נעים איז וועלעכע נאמאן די ווילסט, זאלסט דערקענען די קאנעשען .


די VPN טייפ , ווענד זיך וועלעכע פראטקל די ווילסט ניצען, אטמאטיק וועט טרייען אלע און נעמען די מערסטע סעקיאר פראטקל אוועליבעל.


נאכן לייגען די יאזערנעים און פעסווארד דריק קאנעקט און וועסט זעהן די קאנעשען אין די ליסט.


קענסט עס אלץ רימאווען אדער זיך דיסקאנעקטען.



אויב די ווילסט ניצען טירד פארטי VPN סאפטווער פאר מער סעקיארטי קענסטו ניצען OPENVPN אפען ווי פיען האט מער נייערע סעקירטי אפציעס און ניצט די זעלבע ססל אינקריפשען טייפס ווי HTTPS. SSL v3/TLS v1 .. און קען ניצען עני פארט פאר די קאנעשען,( וואס מאכט עס אויך שווער צו בלאקען די קאנעשען.)


די L2TP/IPsec פראטאקאל. איז מער א נייערע טאנעל פראטקעל Layer 2 Tunnel Protoco, און ניצט פארט 500 UDP. און איז שטייטער ווי אפען ווי פי ען, אבער בעסער ווי PPTP און אויך גרינגער צו אויפסעטען ווי OPEBVPN.




SSTP

פראטקאל איז א ווינדאס פראטקל וואס איז אזויווי אפען וויפיען, אבער נאר פאר ווינדאס.


אויב די ווילסט טוישן די פרטקאל קלק די פראפערטיס פון די VPN און קליק איינס פון די דראפדאון.


דאס מער ווייניגער אין קורצן, פארן מאכן א דיסזשן מאך זיכער אז די ווייסט וואס די טוסט נישט צו עקספאזן דיין קאמפיטער צו די אינטערנעט.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020