דעל DELL לעפטאפ איבערבליק

עודכן ב: 7 נוב 2019


א איבערבליק אויף די מער באניצטע דעלל לעפטאפס

ווי יעדע אנדערע פירמע האט DELL מערערע סארט לעפטאפס, און יעדע איז געמאכט פאר א צווייטע סארט באנוץ.


אין יעדע מאדעל איז כסדר דא נייע און בעסערע ווי א יאר שפעטער, און אין יעדע סארט איז דא מיט בעסערע פראסעסערס און מער רעם RAM און גרעסערע סקרין סייזעס וכו' וכו' וואס די קענסט אסאך מאל קאסטמייזן, אדער קויפן א געוויסע וואס שטייט גרייט.


פארן קלויבן א לעפטאפ דארסטו וויסן אויב די דארפסט טאקע א לעפטאפ אדער א קראום בוק, אדער א טעבלעט און לויט דעם גיין ווייטער

דעלל האט א ריזיגע אויסוואל פון לעפטאפס און סייזעס פון 11 אינטש ביז 17 אינטש און אלעס ארט לעפטאפס, זיי האבן אויך א אויסוואל פאר העווי יאזערס און די פעסטע Alienware געמינג לעפטאט מאדעל ביז ביליגע סארט באדזשעט לעפטאפס, דעלל איז אויך זייער ביזי מיט קאלינג און מאכן זיכער נישט צו ווערן אזוי הייס ווי אנדערע, א שטייגער ווי HP מאכט נישט אזא דגוש.


דעל איז די בעסטע מיט קאסטעמער סערוועיס און מאכן נישט קיין שום שווערקייטען ווען ס'איז אינטער די ווארענטי און וועלן דיר העלפן ביי פאון און אריין לאגן אויב ס'פעלט אויס אדער הייסן שיקען צו א סענטער פאר ריפער ווען מ'ברויך.


די XPS מאדעל איז זייער בעסטע לעפטאפ סיי אין שיינקייט און סיי שטארקייט .

זיי זענען בעסער ווי HP און גרעסער אבער HP מאכט שענערע דיזיינד לעפטאפס .

דעלל איז מיין פעווריט פירמע, און לויט מיין עקספריענס האלט זיך עס פאר זייער לאנג אבער איינער וואס זיכט דיזיין איז נישט דעלל די אפציע און אויך ווענד זיך ווי א מאדעל.


אלע מאדעלס חוץ די געמינג מאדעלס האבן די אפציע פון 2 אין 1.


די מאדעלס זענען בעקיר די XPS און Inspiron די Latitudeאון די Dell G Series


די XPS לעפטאפ.



די עקס-פי-עס איז א בעסערע סטייל לעפטאפ אלטרא בוקס און איז דיזיינד פאר יעדעם איינעם סיי האום און סיי ביזנעס די 13 איז גאר א גיטע כלי.


די קענסט קלויבן די 13 און 15 וואס ס'איז אויך די נאמען אין סייז פון די סקרין, די 13 מיט די 15 אינטשיגע ווערסיעס חוץ די נאבער איז דא אויך די ווערסיע ווי למשל די 7390 און די 9380 .

די לעצטע ווערסיע איז 7390


פון די 13 און 15 איז דא די מאדעלס וואס קענען זיך ארום דרייען רופט דעלל 2 אין 1 לעפטאט.


די RAM איז אנ-בארד געסאדערט. ס'איז דא אפאר נפק"מ צווישען די 13 און 15 קוק ווען די קאנפיגערסט וואס די דארפסט.

דא קענסטו זעהן די נאמבערס פון די לעצטע פאר פאר די XPS


-----

Dell Inspiron



די אינספייעראון איז איינגעטיילט אין דריי


Inspiron 3000 series Inspiron 5000 series Inspiron 7000 series


איז מער א באדזעשד לעפטאטפ , ווי א העכערע נאמבער אלץ שטערקער און טייער וועט זיין.


די 3000 איז א ביליגע סארט לעפטאפ און האט די סארט פראסעסער'ס פון AMD A9 – Intel Core i7 און האט דיספלעי'ס פון 11.6″ – 17


און דערנאך גייט די 5000 וואס אזי שוין אביסל טייער און האט בעסערע דיזיין און 14 און 15 אינטשיגע דיספלעיס.


און די 7000 פאר א לעפטאפ וואס האט די בעסיק גיטע זאכן און איז דא אין 13.3″ – 17

----


Dell Latitude

איז א פרימיעם וועריסע און איז אויך פאר פלענע באנוצער ס'איז ווי די עליט באק פון HP און לענאווא'ס טינק-פעדס

די לעטידטאד האט די אפציע פון LTE די קענסט באקומען א בעסערע טארדזשער פון 90W פאר מער געלט

גאנץ פיינע ספיקערס, טאשט מיט אינק מיט די פען. און קאנווערטביל.

זייער א פיינע בעטרי אפציע פון בערך 15 שעה

למשל די 7400 2-in-1 גייט פאר 3 אלפים, און האט נישט קיין 4 אדער 2 K סקרין נאר א פושטע FHD צו שפארן בעטרי האט א פען און איז קאנווערטיביל.


---

Dell Alienware מיט די G


די לעפטאט איז א געמינג לעפטאפ , און איז גוט פאר געמערס מיט א עקסטערע גרעפיקס קארד

די חילק צווישן די G מיט די ALIENWARE איז דעלל האט געוואלט אויך האבן געמינג לעפטאפס אינטער זייער ברענד און נישט צאלן די געלט פאר די Alienware און לעפטאפס וואס זעהן נישט אויס דווקא אזוי געמענדיג



א איבער בליק אויף די אנדערע

דעלל DELL עדזש-פי HP עסאס ASUS לענאווא Lenovo עסער ACER מייקראסאפט Microsft

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020