WIFI מאכן בעסער די ווייפיי סגינעל

עודכן ב: 23 ספט 2019


ווייפיי סיגנעל איז א די ווייערלעס קנעקשען פאר ווייערלעס נעטווארק קאנעקשען.


די ווייפיי קאנעקשען גייט דורוך רעדיא וועיווס, ד.ה. די עקסעס פוינט געט ארויס א רעדיא וועוו וואס שיקט סיגנאלן מיט דעטע, און דיין דיווייס כאפט עס און אזוי קאמאנעקעט מען אהין און צוריק.


אן אריין גיין פונקליך וואזוי ס'ארבעט, ארבעט עס מיט סיגנאלן וואס פארן אין די לופט, סאוי אויב עפעס בלאקט די וועוו'ס וועט עס עס ווערן שוואכער די דעטא וואס דארף פארן.


דיין 'ראטער' און א קליינע ביזנעס, איז רוב מאל דער וואס געט אויך ווייפיי סיגנעל, פאר דעם איז גוט אז ס'זאל ליגען ווי מער אפן (שטייצעך נאר אויב די ביסט זיכער אז קיינער קען גארנישט טהון דערמיט) אזוי וועט עס געבען די בעסטע סיגנעל.


אויב די זעסט שוואכע קאנעשן ריק די ראטער (אדער עקסעס פוינט) צו א צווייטע פלאץ, עס קען מאכן א דראסטישע חילק!


נאך א זאך די מער עלטערע טעקנאלעזדשי האט געניצט די 2.4 הירז, (פריקאנסי) וואס דיין מייקראעוו ניצט .(יא מייקראעוו נישט אויך וועוו'ס )

(די חילק פון א מייקראוו, איז די שטראל ווערט געשיקט ווי א שטאך, משא"כ א עקסעס פוינט שיקט עס צושפרייט, און אסאך שוואכער, 10 טויזנט מאל שוואכער)


סאוי אויב ס'ליגט דיין ראטער לעבען דיין מייקראוו, אדער קארדלעס פאון, קען עס אינטערפערן, און אראפ ברענגען די סיגנעל, ריק עס ערגעץ אנדערש.


די נייע 5 גיהירז איז א אנדערע הירטז ס'זאל נישט אינטעפערן מיט די אנערע וועיווס. אבער זייער אסאך דיווייסעס ניצן נאך די אלטע 2.4 הירדז.


אויב ס'איז שוואך אפי נאכן ריקען ,אדער ס'איז דא גרויסע פירנטעשער, אדער ס'איז זייער א גרויסע פלאץ דארף מען שוין צולייגען עקסטענדערס,


אדער אמאל קען מען לייגען א בעסערע אנטענע אויף די ראטער.

(עקסטענדערס איז א מסכתא פאר זיך)

אויך איז דא מעש סיסטעם פאר גרסערע פלעצער,

גרויסע קאמפעניס האבן ריזיגע מעש סיטעמס וואס קענען קאווערן ריזיגע שטחים


אויך איז דא אמאל אז מדארף טוישען די טשענעל אויב סאיז דא אסך טרעפיק פון ארימיגע שכינים אויף די זעלבע טשענעל.

די קענסט זעהן די אינא אויף אנעלייזערס


אבער אויב די ביסט אין א קליינע פלאץ און די זעסט שוואכע סיגנעלס און די ווייסט אז ס'דארף זיין בעסער, ריק די ראטער צו א צווייטע פלאץ, נישט לעבען די מייקראוו און אויך נישט לבען די קאדלעס פאון בעס.


ס'איז אויך דא בעסערע און שוואכערע אדאפטערס וואס געבען ארויס די סיגנעל.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020