דיסק קלין אפ טול disk cleanup אלטע פיילס

עודכן ב: 25 ספט 2019

די דיסק קלין אפ טול איז געמאכט צו זויבערן די קאמפיטער פון אלע אלטע פיילס.


אבער די קלין אפ האט נאך זייער אסאך פיטשערס צו זיך. און געוויסע פיילס קענסטו אויסמעקען צו מאכן מער פלאץ, דיליט נישט אין די וועלט אריין, סגייט נישט מאכן שנעלער בכלל דיין קאמפיטער.


צו עפענען די טיל טייפ אריין און קליק קלין אפ.

נאכן קליקען קליאן סיטעם פיילס, אויב די ביסט א אדמין . וועסטו באקומען די גאנצע ליסט פון זאכן וואס די קענסט קלינען. נישט אלעס איז כדאי צו קלינען סאוי לאמיר איבערגיין די ליסט.

אויבן שטייט די אמאנט פון ספעיס וואס וועט ווערען קלין\ליידעגער פון די סך הכל געטשעקטע זאכן.



Windows Update Cleanup:

איז די פיילס פון די סיטעם פאר די לעצטע אפדעטיד, אויב די ווייסט זיכער אז די ווילסט נישט צוריק גיין, און די סיטעם איז פיין, קענסטו עס דיליטען

Windows Defender:

איז נישט עפעס וואס מייקראסאפט זאגט וואז סאיז , סאיז בעסעקלי טעמפערי פיילס פון דיפענדער, קענסט עס אויך אויסמעקען.

Windows upgrade log files

איז די לאגס וואס ווערט געמאכט ווען סאיז דא א מעדזעשר אפדעיט, צו קענען העלפען טראבעלשאטען אויב סאיז דא פראבלעמס. סאוי אויב אלעס איז פיין קענסטו עס אויס מעקען

Downloaded Program Files

איז פאר געוויסע דזשאווע אפלעטס מיט אנדערע אפחעטס וואס געוויסע וועב פעדיזשעס און אינטערנעט עקספלראער ניצען, קענסט עס אויס מעקען, און אויב די וויזעטס דעי פידזשעס וועט עס פריש לאודען אויב די האסט עס נישט.

Temporary Internet Files

איז ווי די בראזערס פון ווינאוס עדזש מיט איי אי, סעווען די קעטש ס'זאל זיין שנעלער ווען מ'ריוויזט סייטס אפט. אויב קלינטסטו צו אפט די קעטש וועט נעמען לענגער צו לאודן די געקלערטע סייטס. קענסט עס מעקען.

System error memory dump files

איז די פייל פון א בלא סקרין אוו דעד, ס'קען זיין היבש גרויס, סאוי אויב די פלאנסט נישט צו קוקען דעראין אדער די האסט שוין מסדר געווען, קענסטו עס אויסמעקען.

System archived Windows Error Reporting:

איז די לאג ווען א סיטעם קרעשט , און די ריפארינג ערעאר פאר מייקראספט קומט ארויף.

די קענסט אויך זעהן די לאגס דיר צו העלפן, אויב די קוקסט נישט דעראון קענסטו עס אויסמעק

System queued Windows Error Reporting

איז די זעלבע ווי איינס ארויף די ארקייוו, נאר אן די ריפארט וואס ווערט געשיקט צו מייקראסאפט

Windows ESD installation files

איז זייער וויכטיג נישט צו מעקען, דעס איז די אינסטלעדען פייל פון ווינאויס אויב מדארף ראינאינסטאלן ווינאוס, דואך דיReset your PC אויב מוויל צוריק צו פעקטערי דיפאלט סעיטנגס, אויב ממעקט עס וועסטו מיזען ניצען די אינסטלעשען דיסק.

Delivery Optimization Files

איז פיילס צו אפלאודען צו אנדערע קאמפיטערס פאר א אפדעיטיט, אז די ווילסט קענסטו עס רימאווען

Device driver packages

איז אלטע דרייוערס וואס ווינאוס סעווט , צו קענען ראל בעקען, אויב אליס ארבעט יעצט פיין קענסטו עס דיליטען

Previous Windows installation

איז נאך א נייע וועריסע וועט עס זיין פאר צען טעג, נאך 10 טעג וועט עס אליין ווערען דיליטעט. אויב די דיליטעס עס וועסטו נישט קענען צוריק גיין

Recycle Bin: וועט דיר אויסליידקען די גארעדז און נישט קענען מער ריסטארען פון דארט.

Temporary Files

איז פראגערמס לייגען פיילס און א פאלדער פאר טעמעפרעי, און אויב מהאט שוין נישט די פיילס פאר א וואך העט עס דיליטען די פיילס

Temporary Windows installation files

איז פיילסט וואס ווערען געניצט ביי א אפדעיטס פאר טעמפערעי

Thumbnails

איז פאר די קליינע פיקטשעקס אויף פאלדערס, וואס ווערט רעקעטשט סזאל זיין שנעל עווליבעל, אויב די מעקסט עס וועט עס פריש ווערן געמאכט פאר יענע פאלדערס צו ווי די גייסט

Temporary Setup Files:

איז געוויסע פראגרעמס וואס מאכן סעטאפ פיילס ביים אינסטאלען א פראגרעם ,און אויב סווערט נישט אליין דיליט און מדארף עס נישט וועט עס ווינאוס דילטען

Offline Webpages

איז וואס די האסט געסווט אפליין פעדיעס ,


סאוי טעקנעקלי קען מען אלעס דיליטען אבער נישט אלעס וויל מען, ווייל מהעט נישט קענען צוריק טהון נאכדעם און בכלל איז עס נישט זייער אסאך פלאץ, סאוי מאך דיין דיסזשען .

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020