דארפסטו עקסטערע גרעפיקס קארדס ?

עודכן ב: 3 אוק 2019

יעדע קאמפיטער מוז האבן א גרעפיקס קארד, GPU רוב מאדערבארדס האבן שוין א גרעפיקס קארד דעראויף און ביי די ביליריגע שוין אין די CPU.


די מעלה פון אינטגרעטעד גרעפיקס איז אז ס'ארבט כמעט אייביג גוט פאר א פושטע באנוצער און פאר פלענע באנוץ, און דארף נישט קיין באזונדערע אטענטשען ווי דרייווערס וכו'


די חסרון איז, אז אויב ארבעט מען מיט העווי גרעפיקס קען די גרעפיקס-קארד נישט זיין גענוג שטארק און נישט לאודן די גרעפיק אדער עס גאר שטארק אראפ שלעפען. ווי אויך שערד די CPU און גרעפיק גארד די זעלבע רעם, וואס קען צומאל נישט זיין גענוג פאר די העוי גרעף.

פאר די סיבה איז דא עקסטערע גרעפיק-קארדס וואס וועלן קער נעמען אליינס פון די וודיאוי חלק, און אראפ נעמען פון די סיסטעם די עול פון די גרעפיקס.


די קארדס האבן אויך אליינס רעם וואס איז בעסער אפי' ווי די פלענע סיטעם רעם , און וועט זיין שנעלער און סמאדער.

די קארדס האבן אויך געווענדליך (ווענד זיך ווי א גוטע) מער און בעסערע פארט'ס פאר די מאניטער.


און קורצן גרעפיקס קארדס איז געמאכט צו מאכן שנעלער און בעסער פאר העווי גרעפיקס, געמערס אדער וודיאוי עדיטינג.


אויב די ווילסט פלען זעהן וודיאוי דארפסטו נישט קיין עקסטערע וודיאוי קארד, און די היינטיגע קאמפיטערס קומען מיט גאנץ א פיינע אינגרטעד קרעפיק קארד אפי' פאר געמיס.


אויב די ארבעסט מיט פאטאשאפ אדער אנדערע גרעפיקס וועסטו שטיין בעסער מיט א גוטע עקסטערע גרעפיקס קארד.


אויב די ווילסט האבן אויף דיין אינטגרעטעד בארוד מער ווי איין מאנטיער קענסטו נוצען איין פארט למשל א VGA און DVI אדער HDMI, (אמאל אמאל דארף מען עס אינעבלין אין די בייאוס) און אויב האסטו צוויי אוועליבעל, למשל א DVI מיט א VGA קענסטו נוצען איינס און איינס, דארפסט נישט קיין עקסטערע קארד פאר דעם.

אויב האסטו נישט קענסטו לייגען א ביליגע גרעפיקס קארד וואס האט אפאר פארטס און נוצען די קארד.

(אפי' אמאל וואס מקען מאכן אז מזאל נוצען ביידע קארדס, די אינטערגרעטעד מיט די דעטיקעטעד איז עס זייער נישט גוטע עצה)


א פושטע קארד איז ביליג פון 30 טאלער ביז הונדערט, אבער די גרעפיק קארדס וואס מאכן בעסער גיין, איז פון בערך 150 ביז 1200


פארן קויפן דארפסטו זיכער מאכן אויב די האסט געניג פאווער, און עקסטערע סלאט און פלאץ.

נאכן מאכן זיכער די פלאץ און סייז און געניג פאווער פון די פאווער סופליי מיט א די טייפ קאנעקטער וואס די גייסט דארפן גייסטו קלויבן א קאמפעני, די צוויי גרויסע קאמפעניס איז NVIDIA מיט AMD און אינטער די צוויי איז דא אסאך מנפעקטערס וואס מאכן מיט זייערע זאכן אנדערע סייזעס און אויסשטעל, די נפק"מ פון די מנפעקטערס מאכן נישט עכט בעסער, די עיקר איז די מאדעל.


די קענסט אויך קויפן eGPU גרעפיקס קארד פאר לעפטאפס און קאנעקטען צו דיין לעפטאפ, די קאנעקשען טייפ ווענד זיך און די מנפעקטער. א סעמפעל

https://www.amazon.com/Razer-Core-Thunderbolt-External-Enclosure/dp/B07CQG2K5K


גרעפיקס קארדס ווערט שטארק גענוצט צו מיינען ביטקאון אדער אנדערע Cryptocurrency סאוי אויב די קויפסט א געניצטע קענסטו קוקען פון איינער וואס האט א גיטע רעפטאציע


די צוויי הויפט גרעפיקס קארד קאמפעניס זענען AMD און נאווידא, און האבן פיטשער'ס ווי די סינק רפירעש רעט

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020