א קורצע איבערבליק אויף TEAM VIEWER

TeamViewer

איז א פראגרעם וואס בעיקר איז עס געמאכט צו קענען אריין לאגן אין א צווייטע קאמפויטער רימאטלי און די קענסט איבערנעמען קאנטראל און ארבטען אין יענע צווייטע קאמפיוטער ווי ממש די זיצט דארט.

יעדע קאמפיוטער וואס האט TV אינסטאלד האט א ID וואס בלייבט אייביג די זעלבע, מיט א PASSWORD , סאוי אויב די ווילסט איינער זאל אריין קומען צו דיר אין קאמפיוטער געסטו אים דיין ID און די זאגסט אים די Password וואס סשטייט דארט ווען די עפענסט TV, ווען די מאכסטו צו די פראגרעם ווערט די Password אויס און מער נישט ניצבאר, אזוי ווען די ווילסט אז וועם די האסט פריער געגעבן דיין Password קען מער נישט אריין לאגן, מאכסטו צו די TV פראגרעם און פערטיג. אויב ווילסטו ער זאל נאכאמאל קענען געבסטו אים די פרישע Password.

אויב איז די PASS שווער קענסטו מאכן א נייע מיטן קליקען אויף די עראוי.


אויב ווילסטו קענסטו מאכן אז די Password זאל זיין נאר פון 4 קערעקטערס און וועט זיין נאמבערס. אדער שטערקער , געוואנדען אין אנדערע סעטינגס וואס די האסט וועט ער דיר לאזן עס אנשטעלן די שוואכקייט פון די Password.


אויב ווילסטו אריין לאגן צו די PC אן די Password למשל קיינער איז נישט דארט, אדער די ווילסט האבן א Password וואס ארבעט אייביג, קענסטו מאכן אז די זאלסט האבן unattended access .


די מאכסט א Password וואס וועט אייביג ארבטען, ווי לאנג ס'איז נישט אין סליפ מאוד און TV ראנט אין די בעקראונד וועסטו קענען אריין לאגן.

ווען די קליקסט צו מאכן די סעטינגס וועסטו באקומען די אפציעס צו מאכן די נויטגע סעטינגס.

די קאנעקשען ווערט געמאכט דורך די אינטערנעט אזוי קענסטו צו קומען צו די קאמפיוטער סיי ווי אויב די קלייענט מאשין האט אינטערנעט עקסעס.

די קענסט אויך נוצען די לאקעל LAN אויב די ביידע PC זענען אויף די זעלבע נעטווארק מיטן לייגען די IP פון די קאמפיוטער, אנשטאץ די ID.


אויב איז אין די בייאוס אנגעצינדן Wake on LAN וואס אזי עפ"ר איז, און אויך אויף די נעטווארק קארד וועסטו קענען מאכן אין די סעטינגס פון TV צו קענען אויף וועקען די קאמפיטער פון סליפ מאוד אדער הייבערניט מאוד, און אויב די הארדווערי ספארט וועסטו קענען אפי פון א אויסגעשלאשנע קאמפיוטער.(מעק קאמפיוטער'ס נישט) און אריין לאגן .

די האסט צוויי וועגען וואזוי צו נוצען Wake on LAN, אויב די קאמפיוטער איז אין די זעלבע נעטווארק אין די ניצט עס לאקעל.

2 אדער מיטן לייגען די פאבליק נעטווארק IP אדער א דאמעין נאמען אין דארפסט אויך עס אנשטעלען אין די ראטער, פאר PORT פארערדינג צו די קאמפיוטער און מאכן דיין קאמפיוטער א סטעריק IP.


https://dl.teamviewer.com/docs/en/TeamViewer-Manual-Wake-on-LAN-en.pdf



די מהלך פון פארט-פארוועדינג און האבן א DNS איז באשריבן דא פאר RD


TeamViewer

ארבעט סיי אין ווינדאויס און מעק און מאביל פאונס כמעט אויף יעדע סארט דיווייס



די מען פיטשערס

די קענסט נוצען די בחנם'דגע וועריסע ווי לאנג ס'איז נישט פאר ביזנעס, אבער אויב זעהן זיי אז די קאנעקסט זיך צו מער ווי אפאר ID 'ס וועלן זיי דיר עס כסדר ענדיגן אינמיטן א סעשען.

די באצאלטע וועריסע הייבט זיך אן ביי 50 טאלער א חודש פאר איין יאזער מיט 3 קאמפיוטער'ס צו וויפיל מאשינס די דארפסט נאר.

פאר די ערשטע יאר איז געווענדליך דא זייער גיטע קופאנס



all the options available


"רימאט ריבאט", און וועט דיך געבען די אפציע צו קענען צוריק אריין לאגן אן דארפן לייגען די איידי און Password.


אניינס פון די רימאט אפציעס איז אז די קענסט פרינטען רימאטלי.


די קענסט אנשטעלען די קוואלעטי פון די רעסזלשען און סייז , און קוואלעטי אויב האסטו שוואכע ספיד, די קענסט אויך מאכן FULL VIEW און וועט זיין כאילו די זיצט דארט.


אויב האסטו צוויי מאניטערס צו די PC וואס די לאגסט אריין קענסטו גיין צו ביידע מיט א קליק אויף די באר אדער מאכן ביידע אין איין מאניטער


די פייל טרענספער

אויב ווילסטו שיקן פיילס אדער באקומען און נישט אריין לאגן דעראין קענסטו נוצען די פייל טרענספער.


די אפציע צו טרענספערן פיילס קענסטו טהון דורך קליקן די באטען פייל טרענספער און די לייגסט אריין די ID און פעס


די אפציע צו לייגען פיילס קענסו אויך אין רימאט דעסקטאפ, און אויך קענסטו מאכן דרעג און דראפ, אויב ס'איז אנגענצינדן אין די סטעינגס (ביי דיפאלט איז עס )


די טשעט אפציעס:


די קענסט טשעטען מיט די קליינט און ניצען די מארקער צו מאכן א סימן .


Meeting


די מיטינג אפציע איז זייער קוסטמיזעביל און געט די אפציע צו ריקרדן אטאמקעלי אויך אינטער די סטעניגנס

און נאך אסאך פישטערס אבער איך וואלט געזעגט אז אויב ווילסטו נוצען א מיטענג סאפטווער איז דא בעסערע ווי דעם.

די VPN איז א גיטע אפציע פאר א שנעלע קאנעקשען. די דארפסט אינסטאלן די VPN דרייווער אויף ביידע און נאכדעם קענסטו אריין לייגן די IP וואס טיעם וויער וועט דיר געבען.


Securty

די סעקיראעט איז פיין וואזוי צו מאכן שטערקער וועלן מיר שרייבן א עקסטערע ארטיקל בעזר השם.

די קענסט מאכן 2 פעקטער אטאנטיקעשן

לאג אריין https://login.teamviewer.com/nav/profile



די קענסט האבן אפן מער ווי איין סעשען אויפאמאל, יעדע סעשען האט זיין טעב פון אויבן, די קענסט אויך אנשטעלן די טעב אויסשטעל אין די סטינגס.

Remote printing

די קענסט פרינטען צו עני פרינטער מיט TeamViewer די גייסט דארפן אינסטאלן א דרייווער אין די מאשין ווי די פרינטער סwוועט בעטען די ערשטע מאל.

מקען אנשטעלען אין TV אז מזאל עס נישט קענען צומאכן (שטייצך די קענסט ענדיגען די TASK)


די קענסט ריקאדן אלעס וואס די טוסט מיט ריקאד אפציע און ווען די קליקסט ריקאד וועט די קלייענט האבן 30 סעקענדט צו לאזן אדערע קליקן DENY .

און עס עקספארטן אלץ א mp4

אין די באצאלטע ווערסיע קענסטו מאכן א די קלייענט קאמפיוטער זאל נישט קענען אינטערגרטען מיט די מייזל אזער מאכן זיין סקרין שווארץ ער זאל נישט קענען זעהן וואס די טוסט.


אויב די ווילסט קענסטו אויך שיקען א סעשען קאוד אזוי ברויכסטו נישט בעטען די איידי .

מיט די יאזער מענזדמענט סערוועס קענסטו אסאך טהון און איבערגעבן די קאנעקשען וכו'.



347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020