אנשטעלען וואס וועלעכע פייל טייפס אדער געוויסע אימעלס זאל אטלאק דאנלאודן פון א אימעל

עודכן ב: 4 אוק 2019

די קענסט אנשטעל וואס אוטלאק זאל סינקען פון די אימעל סערווער און וואס ס'זאל דאנלאודן און וואס נישט און יעדע פאלדער.


למשל אויב די ווילסט אז ס'זאל נישט דאנלאודן זאכן וואס האבן גרויסע אטעשמענטס אדער נאר פון א געוויסע צייט אדער נאר אויב ס'איז געשיקט געווארן דירעקט פאר דיר און נישט צו א גאנצע גרופ וכו'


די שטעלסט אן דיינע קאנפיגערשענס אויף די פאלדער אויב די האסט אפאר סארט פאלדערס קענסטו מאכן יעדע פאלדער אנדערש.


ס'לעקעט די פאלדער און דריק פאלדער פראפערטיס.

ס'לעקעט די לעצטע טעב סינקן און פילטער.


סלעקעט וואס די ווילסט

למשל די בעסיק איז אז 'נאר אויב איך בין' אין די ליין צו וועם ס'זאל געשיקט ווערן, און נישט אויב סגעשיקט פאר א גאנצע גרופ

אדער ביי מאר אפציעס.

און עדווענסט פאר גאר ספעשיל סעטינגס.

צו אראפ נעמען גיי צו די פאלדער און דריק די קלער אלל.

ביי דזימעל און אנדערע האסטו נישט די אפציע נאר ביי עקסענדזש און האטמעיל.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020