אינטעל גרעפיקס קארד'ס. Intel graphics


ווי שוין געשריבן האט כמעט היינט יעדע CPU א גרעפיק'ס-קארד שוין אין זיך Integrated Graphics Processor (IGP)


(נישט אייביג איז עס געווען אין די CPU די זעלבע דיי, נאר פלעגט זיין אויף די מאדער -בארד א חלק פון די נארט בריעדזש אין 2013 איז געווען אין 65 פראצענט וואס מ'האט דעמעלטס פארקויפט )


א היינטיגע גרעפיקס קארד וועט קענען טהון אלע בעסיק זאכן, און אפי' געמס, אבער מער בעסערע פעסטע געמיעס נישט און אויך מיט א שוואכע רעסזלאציע און נישט מער ווי 30 פרעמס פער סקענד.


די אינעל גרעפיקס איז אסאך שוואכער ווי די עקסטערע קארדס פון נעווידא און עי-עם-די.


דא קענסטו זעהן אז רוב קאמפיטערס ניצען פושטע גרעפיקס פון אינעל.


אין 2010 האבן זיי אנגהויבן אריין לייגען די גרעפיקס "אין די CPU " און אנגהויבן רופן Intel HD Graphics. (היי דעפנישען) די HD האט יעדע יאר געהט א נייע ביז 2017

(די HD איז אויך דא וואס סופארטן K4 )


אין 2017 איז ארויס די Intel UHD מיט די 8th Generation פראסעסער'ס (אולטרא היי דעפנישען) די UHD איז געווען די נעקסטע דור.


אין 2013 איז ארויס די ערשטע Iris Plus און Iris Pro ., וואס איז די בעסערע אויך איז עס אין די מעקבוק'ס. , מיט די Intel Iris Pro Graphics .( די אייריס האט אימבעדעד רעם eDRAM. )


די קארדס ווערט כסדר מער פארגעשריטען און בעסער ווי א שפעטערע גענעראציע, אין גאר קורצען און אן אריין גייען אין טעקניקעל לאמיר איבערגייען די ליסט .

יעדע האט א נאמען און א קאוד נעם, אבער מיר וועלן זיך האלטן זייער פשוט, און איז איינגעטיילט אין גענעראציעס.

לאמיר זענען די גרעפיקס וואס אינטעל מאכט.

א ליסט פון וויקפידיא


אין די ערשטע גענעראציע אין 1998 למספ' האט געהייסן 740 I דערנאך איז געווען די 752 , די זענען געווען די ערשטע גענעראציע, די סעקענד דזשען האט אינעל גערופן עקסטרים אין 2002 איז ארויס די ערשטע Extreme Graphics און 2003 אי ארויס די Extreme Graphics 2


די דריטע גענעראציע האט געהייסן GMA אין 2004 איז ארויס די GMA 900 און שפעטער די GMA 950 אין די פערדע גענעראציע איז געווען די 3000 און 2007 איז ארויס די GMA 3100 און 2010 איז ארויס די GMA 3150


אין די פערטע גענעראציע האט אינעל געמאכט אביסל פארשריט אין 2008 איז געווען די GMA 4500 מיט די GMA X4500 און די GMA X4500HD און פאר לעפטאפס די GMA 4500MHD



אין 2010 איז ארויס די HD Graphics פאר די פיפטע גענעראציע.

די קארד האט געקענט ווייזן 40 פרעמס פער סעקענד אין א רעזלאציע פון 1080 אפציעל.



אין 2011 איז געווען א פאר די HD Graphics מיט די HD Graphics 2000 און די HD Graphics 3000 און פאר ווארק-סטעשענס די HD Graphics P3000


אין 2012 איז ארויס די 7יבטע גענעראציע HD Graphics 2500 און פאר לעפטאפס

HD Graphics 4000


אין 2013 די HD Graphics 4400 מיט די HD Graphics 4600 און פאר זייער לייכטע לעפטאפס די HD Graphics 5000 און די Iris Graphics 5100 פאר די שטערקערע , און אויך די Iris Pro Graphics 5200


די 8טע גענעראציע האט פארשידענע אוין עטליכע יאר, די Iris Pro Graphics 6200 איז געווען אין 2015

די 9טע גענעארציע האט אין 2015 געהאט די HD Graphics 500 מיט די 505 און 510 און פאר מאביל די 515 און 520


די 530 און די Iris Graphics 540 און 550 פאר מאביל. אין 2016 איז געווען די Iris Pro Graphics 580

אין 2017 די UHD Graphics 600 און פאר מאביל די 605 מיט די 610 און 615 מיט 620 פאר מאביל און די 630 מיט די Iris Plus Graphics 640 און 650 .


אין 2018 למספ'

UHD Graphics 610 פאר די שוואכע , מיט די UHD Graphics 630 פאר כמעט אלע , און פאר מאביל די Iris

Plus Graphics 655


די 11טע גענעארציע איז דא די UHD Graphics מיט די Iris Plus Graphics .


פאר מער לעצטעריגע קענסטו זעהן דא וועלעכע גרעפיקס קארדס קומען מיט וועלעכע CPU


אביסל וועגען די נייע דעדקעטעד אינטל קארדס

Intel Xe graphics cards

די צוויי גרויסע גרעפיקס קארדס מאכעער'ס זענען אייביג געווען

AMD און NAVIDA

אינטעל האט אייביג געמאכט גרעפיקס אבער זיי פלעגען מאכן אינטעגרטעד קארדס זיי האבן אבער אנגהויבן מאכן פעסטע

discrete GPU

די פינקליכע אינפארמאציע איז נאך נישט באוויסט העלן מיר צוווארטן.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020