-אויב די ווילסט אז בילדער זאלן נישט (אדער קומען נישט) ארויף קומען ביי דיפאלט אין אוטלאק

ביי-דיפאלט וועט אוטלאק נישט דאנלאודן קיין בילדער אויב איז די בילד נישט אין די אימעל נאר א לינקדעד בילד, און וועט האבן אזא רויטע באקסל.


די סיבה איז, מ'זאל נישט קענען טרעקען די אימעל אויב ס'ווערט געפענט, פאר ספעמערס (א עקסטערע ארטיקל)


אויב די ווילסט יא זעהן די בילדער און ס'איז יעצט געבלאקט, קענסטו קליקען אויף די מעסעדזש פון אויבן, וואס האט דארט אפאר אפציעס: איינס צו דאנלאודן די בילדער. די קענסט אויך מאכן א רייט קליק און קליקען דאנלאוד פיקטשערס.

די צווייטע אפציע איז טוישן די סעטינגס בכלל, אדער צו לייגען צו די סעף סענדער, די געוויסע אדרעס אדער די גאנצע דאמען נאמען.

(וואס די קענסט דאס אויך אנשטעלן צו בלאקן ווי געשריבן שפטער)


אין געוויסע וועסטו אויך האבן די אפציע צו זעהן די אימעל אין א וועב בראזער, אדער אויב די אימעל האט שוין געפענט די בילדער.


יעצט אויב האסטו יא די בילדער און די ווילסט בלאקן קענסטו אנשטעלען די סעטינגס ביי די טראסט סענער אפציע, דערנאך גיי צו אטומאטיק דאנלאוד און לייג א טשעקט ביי די באקסל


די קענסט מאכן די אפציעס נישט צו ווייזן אפי' פון די טראסטעד ליסט אדער די אנדערע אפציעס פון די סאב ליסט.

347-857-8211

48 Bakertown Rd. Monroe 

Copyright © 2020